לדלג לתוכן

ילקוט יהודה לך לך ב

פֿון װיקיביבליאָטעק

פרשת לך לך: מפתח הפרשיות - - שער - - הקדמה - - עמוד: - א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו
פרשת לך לך אין pdf דאקומענט


א חסידות'שע תורה און אמת גוט
ומלכי צדק מלך שלם הוציא לחם ויין והוא כהן לאל עליון ויברכהו.

די וועלט פרעגט ווארום (= פארוואס) איז ער מפסיק מיטן טיטול זיינעם, מיט "הוציא לחם ויין", אזוי האט עס געדארפט שטיין, "ומלכי צדק מלך שלם הוא כהן לאל עליון ויברכהו". האט ר' מאיר'ל מפרעמישלאן אזוי געזאגט, על דרך הצחות: "מלכי צדק מלך שלם", דאס איז שם בן נח. ער איז געווען דער אלטער רבי, אלע זיינען געגאנגען צו אים. נאכער איז אויפגעשטאנען א אינגערער ר' אברהם'לע, און געווארן א מפורמם, זיינען אלע אוועק צו דעם יונגען רבי, רבי אברעמעלע. האט שם גענומען נאכפרעגן אויף זיינע מעשים, פון דעם רבי החדש, האט מען אים דערציילט אז ער איז א גרויסער "מכניס אורח". זאגט שם, זייער פיין, א מכניס אורח, אבער א רבי פון וואנען נעמט זיך דאס צו אים. דערציילן זיי אים, ער איז א בעל צדקה, ער גיט גרויסע נדבות. גוט זאגט שם, איז ער טאקע אויך א בעל צדקה, זייער שיין, אבער א רבי האט זיך שם באזונען, גיין אנקוקן דעם נייעם רבי, דעם יונגן מאן, רבי אברעמעלען.

"ומלכי צדק מלך שלם", דאס איז "שם בן נח", דער טלטער רבי, "הוציא לחם ויין", האט אוועקגענומען אן א זייט וואס ער איז א מכניס אורח, און בעל צדקה, דאס האט ער אוועקגעלייגט אן א זייט, דערפאר קען מען נאך קיין רבי נישט זיין. אבער אז ער האט דערזען דעם נייעם רבי, רבי אברעמעלען, האט ער דערזען, אז "והוא כהן לאל עליון", אז ר' אברעמעלע, איז אויך דער גרויסער פאטרעיארך, דער צדיק תמים, דער גרעסטער פון דער וועלט, דאן "ויברכהו", האט ער אים געבענטשט, דו ביסט געוויס ראוי לכך...

כי גרים יהיו זרעך בארץ לא להם.

אפילו דיינע קינדער וועלן זיין אין אמעריקע, א לאנד וועלכע אלע זיינען דא "גרים" אלע זיינען געקועמענע, עס איז נאר אונטערשייד פון יארן, אנדערע זיינען געקומען פריער, אנדערע שפעטער, עס איז א געפונענע לאנד, און א פאר אלעמען. דאך "גרים יהיו זרעך", דיינע קינדער וועלן זיין גרים גערעכענט, אפילו "בארץ", אין אזא לאנד וועלכע איז "לא להם", נישט זייער לאנד, דאך "גרים זרעך" - מיר פילן עס… און ווייסען עס...

אז משיח וועט קומען
ואעשך לגוי גדול, זהו שאומרים וכו' (מדרש).

עס ווערט געבראכט אין רש"י - "ואעשך לגוי גדול", זהו שאומרים אלהי אברהם, מען וועט זאגן אין "שמונה עשרה" דער גאט פון אברהם. "ואברכך" און איך וועל דיר בענטשן, זהו שאומרים אלהי יצחק, דאס איז וואס מען וועט זאגן דער גאט פון יצחק. "ואגדלה שמך", זהו שאומרים אלהי יעקב, איך וועל גרויס מאכן דיין נאמען, וואס מען וועט זאגן דער גאט פון יעקב. "יכול יהו חותמין בכולם", דענקסטו אז מען וועט אויסלאזן מיט אלע דריי "מגן אברהם יצחק ויעקב"? ניין, דאס נישט, "בך" מיט דיר "חותמין" וועט מען אויסלאזן די ברכה. פרעגט מען, אדרבה, עס וואלט אים מער הנאה געטאן ווען ער זאגט אים, אז מען וועט מיט זיי אויך די ברכה אויסלאזן, יושם וואלט אים הארן, אין געגענטייל דאס וואלט אים געפרעגט זיין זוהן און אייניקל זיינען אזוי גרויס?

אברהם איז דער איינציגער וואס האט אראפגעבראכט אחדות הבורא אויף דער וועלט. יצחק איז דער איינצינער, דער ערשטער הייסט עס, יישם האט זיך מקריב געווען פאר הקב"ה. יעקב איז דער ערשטער, דער סימבאל פון טלטול אין גלות.

זאגט השי"ת צו אברהם, מען וועט זאגן אימער "מגן אברהם" דאס דו ביסט דער גרינדער פון ארדן "ברית אברהם", אחדות הבורא, און "אהבת אחים", ליבע און פריינדשטפט אויף דער וועלט. מען וועט אויך זאגן, אז יצחק איז דער ערשטער זיך מקריב צו זיין פאר מיר, וועט מען דעריבער אויך זאגן, אלהי יצחק. און מען וועט אויך זאגן אז יעקב איז דער ערשטער צום גלות געגאנגען, און איך האב אים געהאלפן און צוגעזאגט אז איך וועל אים היטן און ארויסנעמען פון גלות. אבער דענק נישט אברהם, מיין טייערער קינד, אז אויביג וועלן מוזן דיינע קינדער זיך מקריב זיין, אזוי ווי יצחק, ניין דאס וועט נישט זיין. אז משיח וועט קומען, וועט מען נישט דארפן זאגן מגן יצחק. דאס זעלבע זיי וויסן, אז נישט אויביק וועט זיין גלות, וועט מען נישט דארפן זאגן אלהי יעקב, אבער "בך חותמין", מיט דיר וועט מען אימער אויסלאזן "מגן אברהם", ווייל אחדות הבורא, וועט אימער זיין דיין דערפינדונג, און לעתיד לבא נאך מער, "בך חותמין".

החזקת התורה

"והוא כהן לאל עליון", די כהנים האלטן די הענט אין דער הויך, ווען זיי דוכנ'ען. טאקע, צוליב וואס איז דאס? דער געטליכער משורר זאגט "הנה כעיני עבדים אל יד אדוניהם כעיני שפחה אל יד גבירתה וגו". דער עבד און שפחה קוקן איוס זייער פרנסה פון זייער "בעל הבית" האנט, כהנים האבן קיין נחלאות נישט געהאט, זיי האבן געמוזט אויסקוקן זייער פרנסה פון בעל הבית האנט.

אבער אין דער אמת איז נישט אזוי, די כהנים ציען אראפ זייער פרנסה, די השפעה פון הימל, פאר די בעלי בתים אויך, דעריבער האבן זיי אימער אויפגעהויבן זייערע הענט אין דער הויך, צו ווייזן אז די בעלי בנעים דארפן זיי דאנקבאר זיין, ווייל זיי ציען אראפ די שפע וברכה אויף דער וועלט פון הימל. דו בעל הבית זיי וויסן, אז דו דארפסט אויסקוקן פון כהן זיין האנט – נישט דער כהן נעמט פון דיר, נאר דו נעמסט פון כהן.

מציאות ה'

אברהם אבינו דער ערשטער דערפינדער פון מציאות ד' און מיר גלויבן אין מציאות ה'. היא א משכיל געפרעגט ביי א גאון עולם און צדיק תמים, ווי איז דאס מעגלעך מציאות ה', אז אין אים איז נישט קיין שום גשמיות (פארקערפּערונג), און קיין גשם, (מענטש, דער קערפערליכער) קען ניט דערגרייכן זיין מציאות, "ולא ישיגוהו משיגי הגוף".

האט דער גאון איהם געענטפערט, דער שכל איז געוויס א זאך וואס איז בנמצא, פילע האבן דאך דעם שכל, און קיין גשם (א קערפער איז ער נישט) און נמצא איז דער שכל, נו ווייז מיר דעם שכל, טאפ אן דעם שכל, און דאך איז דער שכל נמצא. (קלערט גוט נאך דעם הייליקן קלוגן אנטווארט פון דעם גאון, קען שוין זיין מציאות ד' ודו"ק).

* * * * *

"והוא כהן לאל עליון", דער כהן איז דער פּריסט, דער רוחניות ממנטש, דער גייסטליכער פּערזאן. היינטיגע כהנים אבער, אי זיינען זיי גרויסע בעלי הרוח. ווי מען דערציילט, - א רב האט געפרעגט ביי זיינער א מעמבער (= מיטגליד) א כהן, זאגט זשע מיר ר' אהרן, וואס טראכט איר ווען איר גייט ארויף לדוכן? איך טראכט, ענטפערט דער כהן, מען זאל מיינע שיך נישט אוועק גנב'ענען.

* * * * *

איין ארימאן איז אריין ביי א קארגן גביר, איז דער גביר באלד ארויס פון הויז, איז דער ארימאן אויך ארויסגעגאנגען. ווען דער גביר איז געקומען, פרעגט אים די פרוי, זאג זשע מיר, ווארום (= פארוואס) ביסטו ארויסגעלאפן פון הויז, ווען דער ארימאן איז אריין?

פארשטייסטו מיך, די תורה זאגט "עני חשוב כמת" אן ארימאן איז גלייך צו א טויטן, און איך בין דאך א כהן, בין איך באלד ארויסגעלאפן פונעם הויז, ווייל א כהן טאר נישט זיין מיט א טויטן...