לדלג לתוכן

הגדה:ספורי נפלאות שטעקן

פֿון װיקיביבליאָטעק

הגדת ספורי נפלאות: הקדמה - ספורי נפלאות פון דעם שטעקן - ספורי נפלאות פון משהן און אהרנען - ספורי נפלאות פון די צען מכות - די נאכט נאך מכת בכורות - מילה און קרבן פסח - עננים - קריעת ים סוף - ניסי המדבר - סוף דבר


ספורי נפלאות פון דעם שטעקן

(א) ידוע פון דעם שווערן שעבוד פון גלות מצרים, וואס יידן האבן געמוזט ארבעטן בחומר ובלבנים ובעבודת פרך. און ווי עס איז געקומען דער זמן פון די גאולה, האט הקב"ה געזאגט צו משה רבינו. ועתה צעקת ישראל באה אלי, דאס געשריי פון די קינדער ישראל איז פאר מיר געקומען, און איך וויל זיי ארויסציען[1] פון מצרים מיט גרויסע וואונדעדרס, און צייכנס, וואס איך וועל טון אין מצרים. האט השי"ת געזאגט צו משהן, גיי צו פרעהן דער מלך פון מצרים, און דער שטעקן וואס דו האסט אין דיין האנט, זאלסטו נעמען קיין מצרים.

(ב) דער שטעקן פון משה רבינו, איז באשאפן געווארן בין השמשות, או ער איז איבערגעפירט געווארן צו אדם הראשון אין גן עדן, און אדם האט איבערגעפירט צו חנוכן, און צו שֵמֶען, און שם צו די אבות, אברהם, יצחק, ויעקב, און יעקב אבינו האט דעם שטעקן איבערגעפירט זיין זון יוספן. און ווען יוסף איז געשטארבן, איז דער שטעקן געבליבן אין קעניגלעכן פאלאץ פון פרעהן. און יתרו איז פריער געווען איינער פון די חרטומי מצרים, האט ער דעם שטעקן גענומען, און האט אים אייגעפלאנצט[2] אין זיין גארטן. און קיין איינציקער מענטש פון דער וועלט[3] האט נישט געקענט פון דארט ארויסרייסן.
ביז משה רבינו איז געקומען קיין מדין, האט ער דעם שטעקן ארויסגענומען. ווען יתרו האט דאס געזען, האט ער געגעבן זיין טאכטער צפורהן א ווייב צו משהן. אמר רבי יהודה בר אמי: דער שטעקן האט געוואגט פערציק סאה און ער איז געווען פון דימאנט[4] שטיין של ספיר. און אלע צען מכות איז געווען אויפגעקריצט אויף דעם שטעקן. (בר"ת דצ"ך, עד"ש, באח"ב). און איז געווען אויף אים אויסגעקריצט דער שם המפורש. און דער זעלבער שטעקן איז געווען אין דער האנט פון דוד המלך, און ער וועט אויך זיין אין דער האנט פון משיח בן דוד, דער גואל צדק שיבא ב"ב.

הערות שוליים

[רעדאַקטירן]
  1. ארויסציען = למשות, לחלץ, לשלוף. און דא מיינט ער "ארויסנעמען" פון מצרים.
  2. איינפלאנצן = להשריש, לנטע. און דא מיינט ער "אריינגעשטעקט".
  3. און קיין איינציקער מענטש פון דער וועלט = און קיין מענטש פון דער וועלט = און קיינער פון דער וועלט.
  4. דימאנט = דימענט = בריליאנט.