לדלג לתוכן

הגדה:ספורי נפלאות די נאכט נאך מכת בכורות

פֿון װיקיביבליאָטעק

הגדת ספורי נפלאות: הקדמה - ספורי נפלאות פון דעם שטעקן - ספורי נפלאות פון משהן און אהרנען - ספורי נפלאות פון די צען מכות - די נאכט נאך מכת בכורות - מילה און קרבן פסח - עננים - קריעת ים סוף - ניסי המדבר - סוף דבר


ספורי נפלאות פון די נאכט נאך מכת בכורות

(טו) נאך דער האלבער נאכט, ווי עס איז געווארן אזוי א פארכטיק[1]געשריי אין גאנצן לאנד מצרים, איז פרעה אליין איז אויפגעשטאנען, און איז געלאפן זוכן וואו משה רבינו וואוינט. האט פרעה געשריגן אין די גאסן, וואו וואוינט משה? וואו וואוינט משה? אזוי האבן די קליינע קינדער פון ישראל, האבן אים געשפעט, און האבן צו אים געזאגט דא וואוינט משה, דא וואוינט משה, און האבן אים געפירט פון א טויער צו דעם אנדערן טויער.
ווען פרעה האט געזען משה רבינו, האט ער אים געבעטן רחמים, אז ער מיט אלע יידן זאלן צום שנעלסטן פון מצרים גיין. האט משה צו אים געזאגט: זענען מיר גנבים, אז מיר זאלן ביי נאכט אנטלויפן? און האט הקב"ה דעצו[2] געבאטן, אז עס זאל קיינער פון אונז נישט אוועקגיין ביז עס וועט טאג ווערן, אז עס וועט טאג זיין, וועלן מיר פון דאנען גיין בדרך חירות אזוי ווי בני מלכים.

האט משה רבינו אים געפרעגט: צו וואס דו טוסט דיך אזוי אליין מטריח זיין. האט פרעה האט אים געענפערט: איך האב גרויס מורא פאר מיר אליין, ווייל איך אויך א בכור. האט משה רבינו אים געזאגט: פארכט דיך נישט[3], דו וועסט אצינד נישט שטארבן. האט משה געזאגט צו פרעהן: ווען דו ווילסט אז מיר זאלן פון מצרים גיין, אזוי מוזט דו פריער זאגן די ווערטער פאר מענטשן: איר יידן פון אצינד אן[4] אין אייער רשות. און איר זייט שוין פון אצינד אן, די קנעכט פון הקב"ה. האט פרעה אזוי אויסגעשריגן: פריער זייט איר געווען מיינע קנעכט, און אצינד זייט איר בני חורים, די קנעכט פון הקב"ה. און איר דארף צו לויבן אייער גאט מיט א לויב און מיט א דאנק, אזוי ווי עס שטייט הללויה הללו עבדי ה.
אזוי האבן די יידן אנגעהויבן צו לויבן הקב"ה בהלל ובשמחה, און די מצריים האבן געקלאגט און געוויינט מיט גרויס שרעק. "מפחד המות".

די צעדערביימער (ארזים) וואס יעקב אבינו האט פריער פארפלאנצט נאך ביי זיין לעבן.
זע אין ארז

(טז) און פאר די יידן זענען פון מצרים געגאנגען, האבן זיי זיך צעשפרייט אין גאנצן לאנד מצרים, כדי צו בארגן פון די מצריים כלי כסף וכלי זהב ואבנים טובות. און משה האט זיך באשעפטיקט כדי מיט צו נעמען פון מצרים אזעלכע זאכן וואס מען האט געדארפט צום משכן. די צעדערביימער[5], וואס יעקב אבינו האט פריער פארפלאנצט נאך ביי זיין לעבן.
און אויך משה געטראכט צו געפינען דעם ארון פון יוסף הצדיק כדי מיט צו נעמען קיין ארץ ישראל. דריי טעג האט משה געזוכט דעם ארון פון יוסף הצדיק און האט אים נישט געפונען. האט אים באגעגענט סרח בת אשר, האט זי אים געזאגט: איך וועל דיר ווייזן, ווי דער ארון פון יוסף איז. האט זי אים געפירט צום וואסער, האט זי צו אים געזאגט: אין דעם וואסער אויף דעם ארט, האבן די מצריים אריינגעווארפן דורך א כישוף דעם ארון פון יוסף אייזן אויסגעמאכט, און ער וועגט פינף הונדערט כיכר. האט משה געשריגן: יוסף, יוסף, גיב כבוד צו דם גאט פון די יידן, און האלט נישט אויף די גאולה פון ישראל, ווייל מיר קענען אן דיר נישט אויס מצרים גיין. אזוי איז דער אייזענער ארון ארויפגעקומען און געשוואומען, און משה רבינו האט אים אליין גענומען אויף זיין אקסל, און איז מיט אים אוועקגעגאנגען.

(יז) די מצריים האבן אויסגעמאכט פיל גאלדענע הינט מיט כישוף, אז ווען עמעצער וועט וועלן דעם ארון פון דארט ארויסנעמען, זאלן די אלע הינט אנהייבן צו בילן, וואס דאס קול וועט געהערט ווערן אין דעם גאנצן לאנד-מצרים. האט משה רבינו אלע שטיל געמאכט, אזוי ווי דער פסוק זאגט "ולכל בני ישראל לא יחרץ כלב לשונו".

הערות שוליים

[רעדאַקטירן]
  1. פארכטיק = מלא מורא, מטיל פחד.
  2. דערצו = בנוסף ל-.
  3. פארכט דיך נישט = האב נישט קיין מורא.
  4. פון אצינד אן = פון יעצט אן.
  5. צעדערבוים = ארז.