לדלג לתוכן

הגדה:ספורי נפלאות די צען מכות

פֿון װיקיביבליאָטעק

הגדת ספורי נפלאות: הקדמה - ספורי נפלאות פון דעם שטעקן - ספורי נפלאות פון משהן און אהרנען - ספורי נפלאות פון די צען מכות - די נאכט נאך מכת בכורות - מילה און קרבן פסח - עננים - קריעת ים סוף - ניסי המדבר - סוף דבר


ספורי נפלאות פון די צען מכות

(ה) דם: די ערשטע מכה וואס הקב"ה האט געשיקט אויך די מצריים איז געווען די מכה פון "דם". און פארוואס האט הקב"ה זיי געשטראפט מיט בלוט? ווייל זיי האבן די יידישע ווייבער נישט געלאזט טובלן אין וואסער, כדי זיי מבטל זיין פון "פריה ורביה", איבער דעם איז אלע וואסער פון דער גאנצער לאנד מצרים פארקערט געווארן אויף בלוט. אפילו דאס וואסער וואס איז געווען אין די כלים, איז אויך פארקערט געווארן אויף בלוט. און אויך וואס א מצרי האט אויסגעשפוגן[1], איז אויך געווארן בלוט. אפילו ווען זיי האבן געגראבן אנדערע ברונעמס, איז אויך געווארן בלוט.
אמר ר' לוי: דורך מכה פון דם, זענען די יידן רייך געווארן. ווען א ייד מיט א מצרי האבן געוואוינט אין איין שטוב, איז די פאס מיט וואסער פון דעם מצרי פארקערט געווארן אויף בלוט, און די פאס מיט וואסער פון דעם ייד נישט. און ווען זיי האבן געהאט צוזאמען א פאס וואסער, איז עס איז נישט געווען בלוט, נאר ערשט[2] ווען דער מצרי האט אנגעשעפט א קרוג וואסער, איז עס פארקערט געווארן אין האנט פון דעם מצרי אויף בלוט. און ווען האט דער מצרי געזאגט צום ייד: לאמיר מיר ביידע טרינקען מיט איינמאל פון א כלי, האט דער ייד געטרונקען וואסער, און דער מצרי בלוט. "באטראכט נאר גוט די גבורות ונפלאות הבורא". נאר ווען דער מצרי האט געקויפט פון דעם ייד וואסער פאר פיל געלט, דעמאלסט האט ער ערשט[3] געקענט טרינקען וואסער, און פון דעם זענען די יידן רייך געווארן.

(ו) צפרדע: די מכה פון פרעש[4], האט זיי זייער שטארק מצער געווען. די פרעש זענען אריינגעקראכן אין זייער לייב אריין, און האט דארט ארויסגעשריגן בקולי קולות. און ווען דער מצרי איז געגאנגען אין בית הכסא, האבן די פרעש זיי דארט געביסן "בנקביהון". ווען זיי האבן געמאכט א טייג, זענען די פרעש אין טייג געגאנגען, און האבן עס געפרעסן. אפילו אויך אין הייסן אויוון זענען די פרעש אריינגעקומען או האבן דעם אויוון אויסגעקילט.

(ז) כנים: די דריטע מכה איז געווען "כנים", ווייל זיי האבן געהייסן די ישראל זאלן פארזארגן וועגן רייניקן די גאסן. איבער דעם הער הקב"ה אויף זיי געשיקט די מכה פון כנים, וואס די גאנצע ערד טיף איין אייל[5], איז געווארן לויטער כנים[6]. אין מדרש שטייט, דאס פערצן ערליי גאטונגען[7] כנים איז אויף זיי געקומען, און צווישן זיי איז געווען אזעלכע גרויסע כנים, ווי אן איי גרייס.
ביי דער מכה פון כנים, האבן די מצריים מודה געווען, אז דאס איז א פּלאָג[8] פון גאט ב"ה, אבער נישט דורך כישוף. דען בשעת ווען משה האט געהייסן אהרן, אז ער זאל ווארפן זיין שטעקן פאר פרעהן, און עס איז פון אים געווארן א שלאנג, האט פרעה אויסגעלאכט אויף זיי, און האט געזאגט: דא אין לאנד מצרים ווילט איר מאכן קונצן מיט כישוף, ווייסט איר דען נישט, דאס מצרים איז דער מקור פון אלע כישוף פון דער וועלט. אזוי האט פרעה געלאזט רופן קליינע קינדער, און האבן אויך אזוי געטאן, וואס האבן אנידערגעווארפן זייערע שטעקנס, איז געווארן פון זיי שלאנגען. צום סוף האט דער שטעקן פון אהרן איינגעשלונגען אלע זייערע שטעקנס. ווי פרעה האט דאס געזען, האט ער מורא געהאט, דען ער האט זיך געדאכט, ווען משה וועט געבעטן זיין שטעקן, אז ער זאל מיך איינשלינגען, אזוי ווערט עס אויך געשען.
נאר אצינד[9] ביי די מכה פון כנים, האבן זיי מודה געווען, אז דאס איז א מכה פון הקב"ה, ווייל זיי האבן דאס נישט געקענט נאך מאכן מיט כישוף.

(ח) ערוב: ווייל די מצריים האבן געהייסן די ישראל, זיי זאלן זיי ברענגען פארשיידענע חיות צו אונטערהאלטונג[10], איבער דעם האט הקב"ה אויף זיי געשיקט די מכה פון "ערוב". אלערליי חיות רעות, וואס זיי האבן פיל פון די מצריים פארלענדט[11]. דורך די מכה פון "ערוב" האט מען געזען גבורות ונפלאות הבורא יתברך, וואס קיין איינציגע חיה און אויך קיין איינציקס עוף, איז נישט אריינגעקומען אין דעם גאנצן לאנד-גושן, דארט וואו די יידן האבן געוואוינט.
אין מדרש שטייט, אז איין מצרי האט געגעבן זיינע קינדער צו זיין משרת, מיט זיי שפאצירן צו גיין, אזוי איז דער משרת צוריקגעקומען גאנץ אליין, האט זיין הער אים געפרעגט: וואו זענען אלע קינדער געבליבן? האט ער אים געענפערט: איך וועל דיר א חשבון מאכן, וויפיל קינדער האסטו מיר איבערגעענטפערט[12], פינף קינדער, דער לייב האט איינס גענומען, דער טיגער איינס, דער וואלף איינס, דער בער איינס, דער אדלער איינס.

(ט) דבר: די מכה פון "דבר" איז געווארן וואס אלע פי פון די מצריים זענען אויסגעשטארבן אין איין טאג. און אזוי בהמה וואס א ישראל און א מצרי האבן געהאט בשותפות, איז נישט געשטארבן.

(י) שחין: ביי די מכה פון "שחין" איז פיל ניסים געשען. משה און אהרן האט יעדערער גענומען פולע הויפנס אש, דאן האט די האנט פון משה אליין מחזיק געווען די ביידע פולע הויפנס אין זיין האנט אליין. ווידער משה געווארפן דעם אש אין דער לופט, איז עס געקומען ביז צום כסא הכבוד. און דאס אש האט זיך צעשפרייט אין דעם גאנצן לאנד-מצרים, פיר הונדערט מיילן ברייט און לאנג. און פון דעם אש איז געווארן שחין אויף אלע מענטשן, און בהמות.

(יא) ברד: די זיבעטע מכה איז געווען "ברד". אזוי א האגל, וואס עס איז נאך קיין מאל נישט געווען אויף דער וועלט. נאר "לעתיד לבא" אז משיח וועט קומען, במהרה בימינו, ווערט ווידער אזוי א האגל קומען אויף דער אומה פון "גוג ומגוג". און אויך די נסים, וועט אויך געשען ווען משיח וועט קומען. אזוי ווי דער פסוק זאגט "כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות".
דער האגל האט אויסגעהרגעט אלע מענטשן און בהמות וואס זענען געווען אין פעלד, און אויך אלע ביימער האט דער האגל צעבראכן. אין דער תורה שטייט "וה' נתן קולות וברד, ותהלך אש ארצה", הקב"ה מיט זיין רצון האט ער שלום געמאכט צווישן צוויי שונאים, צווישן פייער און וואסער, וואס אין מיטן דעם האגל איז געווען פייער, און איינער האט נישט פארלאשן דעם אנדערן. דא האט מען דערקענט די וואונדערבארע השגחה פון בורא ב"ה אויף זיין פאלק די ישראל, דאס אין דעם גאנצן לאנד-גושן וואו די יידן זענען געווען, איז דארט קיין האגל נישט געווען.
האט פרעה געשיקט צו משה, דאס ער זאל מתפלל זיין צו הקב"ה, דאס דער האגל זאל אויפהערן. און תיכף ווי משה האט מתפלל געווען, האט דער האגל אויפגעהערט. נאר דער האגל וואס איז נאך געווען באויר אין דער לופט, איז געבליבן געהאנגען אין דער לופט. אין דער צייט פון יהושע, ווען ער האט מלחמה געהאלטן מיט די "אמוריים", איז איין טייל פון דעם האגל אראפגעפאלן, וואס האט די אלע אמוריים געהארגעט. און דער איבעריקער האגל, הענגט נאך ווייטער אין דער לופט. און בימי המשיח וועט ער אראפנידערן אויף די גויים פון, גוג ומגוג.

(יב) ארבה: די אכטע מכה איז געווען "ארבה". אזוי היישעריק וואס זייט דער וועלט באשאפונג[13], איז נאך נישט געזען געווארן אזוי היישעריק. דאס גאנצע לאנד-מצרים פיר הונדערט מיילן גרייס, איז געווען פול מיט די היישעריקן, וואס מען האט נישט די ערד ארויסגעזען. ביי דעם האט מען אויך געזען גבורות הבורא ב"ה, דאס אן איינציקער היישעריק, איז נישט איבערגעטראטן די גרענעץ פון דעם לאנד-מצרים. די היישעריקן האבן אויפגעגעסן אלע תבואות און אלע פירות. זיי האבן קיין גרין בלאט נישט איבערגעלאזט, אין דעם גאנצן לאנד-מצרים.
די מצריים האבן גענומען פון די היישעריקן, און האבן אנגעפילט פיל טויזענטער פעסער איינגעזאלצן, כדי צו האבן צו עסן. האט הקב"ה געזאגט: מיט דער מכה ווילט איר הנאה האבן? אזוי ווען די היישעריקן איז פון דער לאנד-מצרים אוועקגעפלויגן, זענען די אלע איינגעזאלצענע היישעריקן אויך לעבעדיק געווארן, און אוועקגעפלויגן. אזוי ווי דער פסוק זאגט "לא נשאר בהם עד אחד".

(יג) חושך: די ניינטע מכה איז געווען "חושך" פינצטערניש. ווייל צווישן יידן איז געווען רשעים, וואס זענען זייער רייך געווען, און האבן נישט געוואלט פון מצרים גיין. איבער דעם האט הקב"ה אויף די מצריים געשיקט די מכה פון חושן, כדי די מצריים זאלן נישט זען, ווי עס שטארבן אויך פון די יידן. און אין די ימי החושן האבן די ישראל קובר געווען די מתים וואס זענען פון זיי געשטארבן.
אויף די לעצטע דריי טעג פון חושך, איז דאס פינצטערניש אזוי שטארק געווען, וואס ווען א מצרי איז געזעסן, האט ער זיך נישט געקענט אויפשטעלן, און דער וואס איז געשטאנען, האט זיך נישט געקענט אנידערזעצן.
אין די ימי החושך זענען די יידן ארומגעגאנגען אין אלע שטיבער פון די מצריים, און האבן געזען וואו עס שטייט זייערע אלע קאסטבארע זאכן. און ווען די יידן האבן פון זיי פארלאנגט, צו בארגן אלע זייערע טייערע זאכן, האבן זיי נישט געקענט זיי לייקענען, נאר זיי האבן זיי אלעס אויסעליגן בע"כ, ביז זיי האבן אויסגעלערט[14], דאס גאנצע לאנד-מצרים, כדי עס זאל מקוים ווערן דעם פסוק "ואחרי כן יצאו ברכוש גדול". אין דעם גאנצן לאנד-גושן וואו יידן האבן געוואוינט, איז ליכט געווען, און ווען א ישראל איז געגאנגען קיין מצרים, אויף יעדן ארט וואו ער איז געגאנגען, איז די ליכט מיט אים מיטגעגאנגען, דער ישראל האט געזען, און דער מצרי נישט. "באטראכט נאר אתה הקורא הנעים, דעם וואונדער פון השם יתברך, וואס האט געטאן, פאר די יידן". אין לאנד-מצרים איז געווען זעקס טעג חושך, און ביי דעם ים, איין טאג חושך, וואס פאר די מצריים איז געווען פינצטער, און ביי ישראל ליכט. מחמת וואס דער עמוד אש האט זיי געלויכטן.

(יד) מכת בכורות: די צענטע מכה איז געווען "מכת בכורות". נאך די ניינטע מכה פון חושך, האט פרעה געזאגט צו משהן: דו זאלסט דיך נישט מער וואגן פאר מיר צו געזען ווערן. האט משה צו אים געזאגט: דו האסט זייער רעכט געזאגט, איך וועל שוין נישט מער צו דיר קומען. נאר וועסטו זען, אז אלע דיינע יועצים וואס דא שטייען, וועלן אלע צו מיר קומען, און איר וועט מיר בעטן: בבקשה ובתחנונים, אז מיר זאלן אויס[15] מצרים גיין. און אזוי פארט האט משה אים מתרה געווען, וועגן די מכה פון מכת בכורות איידער ער איז ארויס פון פרעהן. אזוי האבן פיל פון די מצריים געשיקט זייערע בכורים צו ישראל, און האבן זיי געבעטן: לאז מיין בכור די נאכט ביי דיר איבערנעכטיקן.
ווי עס איז געקומען די האלבע נאכט, איז הקב"ה בעצמו דורכגעגאנגען דורך לאנד מצרים, און האט אויסגעהארגעט אלע בכורים פון די מצריים, און דער בכור מצרי וואס איז געלעגן צווישן די יידן, זענען אויך אויסגעשטארבן[16], אפילו אזעלכע בכורים פון אנדערע לענדער וואס זענען געווען אין מצרים, זענען זיי אויך אויסגעשטארבן. די גאנצע האלבע נאכט, איז געווען אין דעם גאנצן לאנד מצרים, אזא געשריי, וואס עס איז נאך קיין מאל נישט געווען. ווייל עס איז נישט געווען א שטוב, וואס עס איז נישט דארט געווען א מת. ווייל די מצריים האבן מזנה געווען מיט פיל אנדערע ווייבער, אזוי האבן זיי געהאט פיל בכורים. סיי א בכור פון פאטער און סיי פון מוטער, איז אלעס אויסגעשטארבן. און ווען עס איז גאר קיין בכור נישט געווען אין שטוב, איז דער עלטסטער פון הויז געשטארבן. האבן די מצריים געשריגן, די גזירה איז נאך גרעסער, ווי וואס משהן האט געזאגט, דען משה האט נאר געזאגט אלע בכורים, און אצינד שטארבן מיר אלע אויס.

"בילקוט" ווערט געברענגט, אז די הינט האבן אויפגעבראכן די קברים פון זיי, און האבן ארויפגעברענגט פון דארט די אלע בכורים מתים, און האבן די ביינער פון די מתים צעשפרייט אין מיטן די גאסן, און דאס האט זיי מער מצער געווען פון אלצדינג. "בזוהר הקדוש: שטייט, אז אויך די נאכט פון מכת בכורות, איז ביי נאכט אזוי ליכט געווען אין מצרים, אזוי ווי אויף תקופת תמוז, כדי די מצריים זאלן זען זייערע חרפות, ווי זייערע מתים ליגן אויך די גאסן אויך איין זייט, און די ישראל שטייען אויף דער צווייטער זייט און לויבן זייער באשעפער מיט שמחה. זייט דער וועלט באשאפונג, איז נאך נישט אזוי מפורסם געווען דעם נס, ווי דעמאלסט געשען פאר די ישראל.
"שם בפרשת בשלח" תא חזי, קום און זע די נקמה וואס הקב"ה האט דעמאלסט געטאן אין די מצריים, פון דריי זייטן האט מען זיי געהארגעט. איינס: וואס די בכורים אליין האבן פיל פון די מצריים אויסגעהארגעט, כדי מען זאל די ישראל ארויסשיקן, אז זיי זאלן נישט דארפן אלע אויסצושטארבן. און איינס: וואס הקב"ה האט אויסגעהארגעט אלע בכורים אין מיטן דער נאכט. און איינס: וואס פרעה אליין האט אויסגעהארגעט אלע זיינע יועצים, און אלע עלטסטע, ווייל זיי האבן אים געראטן[17] די ישראל נישט אוועקצושיקן. ער האט געשריגן צו זיי: דורך אייך אלע שטארבן אויס אצינד.


הערות שוליים

[רעדאַקטירן]
  1. אויסשפוגן = אויסשפייען = לירוק.
  2. נאר ערשט = רק אז. (ביטוי)
  3. דעמאלסט האט ער ערשט = רק אז. (בטוי)
  4. פראש = צפרדע. (ברבים פרעש). זשאבע = צפרדע. (ברבים = זשאבעס).
  5. אייל = אמה.
  6. לויטער כנים = טהור כנים = רק כנים.
  7. גאטונגען = סארטן.
  8. פּלאָג = מכה.
  9. אצינד = אצינדער = יעצט = איצט.
  10. אונטערהאלטן = לבדר. אונטערהאלטונג = בידור.
  11. פארלענדן = להכחיד, להשמיד, לכלות.
  12. איבערענטפערן = להפקיד, למסור, להסגיר.
  13. זייט די וועלט באשאפונג = זינט די וועלט באשאפונג = פון די וועלט באשאפונג.
  14. אויסלערן = אויסליידיקן = לרוקן.
  15. אויס = מתוך.
  16. אויסשטארבן = למות בהמונים.
  17. ראטן = ליעץ.