הגדה:ספורי נפלאות מדבר
הגדת ספורי נפלאות: הקדמה - ספורי נפלאות פון דעם שטעקן - ספורי נפלאות פון משהן און אהרנען - ספורי נפלאות פון די צען מכות - די נאכט נאך מכת בכורות - מילה און קרבן פסח - עננים - קריעת ים סוף - ניסי המדבר - סוף דבר
(לב) ניסי המדבר: אצינד וועלן מיר שרייבן פון די ניסים פון דעם מדבר, ווייל דאס איז אויך גערעכענט געווארן צווישן די ניסי מצרים. די ניסי המדבר איז געווען, וואס השי"ת האט די יידן ארומגערינגלט מיט די "ענני הכבוד" פון אלע זייטן די גאנצע פערציק יאר, און דער עמוד ענן איז געגאנגען פאר זיי פארויס. די וואלקנס האבן זיי געשטיצט פון היץ, און פון אלע רוחות רעות. און אלע הויכע און נידריקע ערטער. האט דער עמוד ענן גלייך געמאכט. און אויך ער האט פארלענדט אלע נחשים ועקרבים וואס האט זיך געפונען אין דעם מדבר.
ווידער די גאנצע פערציק יאר האט קיין איינציקע פון די יידן געדארפט זיך די מלבושים וואשן, אפילו אויך נישט דאס העמד פון לייב[1], ווייל די וואלקנס האבן זיי די מלבושים אויסגערייניקט פון אלע אומרייניקייטן. ווידער די מלבושים און די שיך וואס זיי זענען געגאנגען אנגעטאן בשעת זיי זענען פון מצרים געגאנגען, האבן אזוי מיט דעם מענטש מיט געוואקסן. אזוי ווי דאס קליין קינד געוואקסן, האט אזוי איז אויך דער מלבוש פון אים מיט געוואקסן. "באטראכט נאר די גבורות ונפלאות הבורא".
(לג) בארה של מרים: אצינד לאמיר מיר אויסרעכענען די ניסים פון בארה של מרים, או די ניסים פון, מן. דאס איז אידוע, אז אין דער וויסטע, געפינט זיך נישט קיין וואסער, און קיין שום פלאנצונג, ווייל עס ווערט נישט מער דארט געזען, נאר פון אונטן זאמד, און פון אויבן הימל. און דער אלמאכטיקער[2] גאט האט דארט אין מדבר געפירט גאנצע פערציק יאר, א פאלק פון איינציקע מיליאנען מענטשן, מיט פיל שאף און בהמות, או עס האט זיי גארנישט געפעלט וואסער.
האט זיי השי"ת אנגעגרייט די "בארה של מרים, דאס איז געווען א רונד שטיין פעלדז, און אזוי ווי די יידן זיינען געפארן, האט זיך דער שטיין מיט זיי געקאלערט[3]. און דא ווי די יידן האבן גערוט, ווען מען האט דעם משכן אויפגעשטעלט, איז דער שטיין אריינגעקומען אין חצר המשכן, און ער האט אנגעפאנגען פון זיך וואסער ארויסצוגיסן, ביז דאס וואסער איז געווארן א שטראם וואסער, וואס מען האט געקענט מיט שיפן אויף דעם וואסער גיין. אזוי האט זיך דאס וואסער ארום גערינגלט איבער די מחנה ישראל, וואס איז געווען צוועלף מיל ברייט, און יעדער נשיא פון זיין שבט, האט מיט זיין שטעקן א צייכן געמאכט אויף דער ערד, אזוי האט זיך דאס וואסער דארט אהין געצויגן צו דעם ארט פון זיין שבט. כדי אז יעדערער זאל קענען זיך לייכט וואסער אנשעפן.
(לד) נס המן: דאן ווידער האט זיי השי"ת האט געשפייזט די גאנצע פערציק יאר מיט מן, וואס יעדער טאג געפאלן מן פון השמים. ביי דעם מן איז פיל ניסים געשען, יעדער מענטש וואס האט זיך אהיים געבראכט יעדן טאג מן, האט ער פונקט אזוי פיל געהאט, וויפל ער האט געדארפט אויף דעם טאג, לויט וויפיל נפשות ער האט געהאט אין זיין הויז, נישט מער און נישט ווייניקער. אז איינער האט עפעס פון דעם מן איבערגעלאזט אויף מארגן איז עס פארשטונקען געווארן, און ווערעמדיק געווארן.
נאר פרייטיק איז געפאלן טאפל פאר יעדן פּערזאן צוויי מעסטלעך. איינס אויף היינט און איינס אויף מארגן שבת. און עס איז נישט פארדארבן געווארן. ווידער איז דער מן פארענדערט געווארן אויף אלע טעמים פון דער וועלט, וואס איינער האט געוואלט עסן. אן דער זעלבער טעם וואס עס האט אים געדאכט, אזוי ער האט געפילט, אז ער עסט פלייש און טרינק וויין, וכדומה. באטראכט נאר די מעשים און גבורות פון הקב"ה.
און ווען משה רבינו איז געשטארבן אין ז' אדר, האט דער מן אויפגעהערט, און אלע יידן האבן געגעסן פון דעם מעסטל מן וואס זיי האבן געקליבן אין דעם לעצטן טאג, זעכציק סעודות. ביז זיי זענען געקומען אין לאנד כנען.
דער מן האבן די יידן געהאט בזכות משה, און די ענני כבוד בזכות אהרן, און די באר בזכות מרים. ווען מרים איז געשטארבן, האט די באר אויפגעהערט, און ווען אהרן איז געשטארבן האבן די וואלקנס אויפגעהערט, האט זיי ביידע משה רבינו צוריקגעבראכט אין זיין זכות. און ווען משה רבינו איז געשטארבן, האבן שוין די אלע דריי גוטע זאכן אויפגעהערט.