לדלג לתוכן

הגדה:ספורי נפלאות סוף

פֿון װיקיביבליאָטעק

הגדת ספורי נפלאות: הקדמה - ספורי נפלאות פון דעם שטעקן - ספורי נפלאות פון משהן און אהרנען - ספורי נפלאות פון די צען מכות - די נאכט נאך מכת בכורות - מילה און קרבן פסח - עננים - קריעת ים סוף - ניסי המדבר - סוף דבר


ספורי נפלאות סוף דבר

(לה) סוף דבר: ועתה מיינע ליבע פריינד, איר זאלט נישט מיינען, אז דאס וואס מיר האבן דא מעתיק געווען, די הגדה עם ספורי נפלאות בעברי טייטש, כדי אייך א מעשה צו דערציילן, ניין, נאר די כוונה פון דעם איז נאר געווען, כדי אז יעדערער וואס וויל לייענען בספורי הנפלאות הלז, די וואונדער, און די גרויסע מאכט וואס הקב"ה האט געטאן פאר ישראל, זאל זיך דערפון א גרויס מוסר ארויסנעמען, זיך איינצופלאנצן אין זיין הארץ די אמתדיקע אמונה, און דעם שטארקן בטחון אין הקב"ה.
און אויך וואס די תורה האט אזוי פיל מאל מזהיר געווען אין דער תורה, ביי יעדע זאך צו דענקען יציאת מצרים, אין אלע שמונה עשרה פון די שלש רגלים, ווי אויך ביי יעדן קידוש של יום טוב.
און אויך דאס וואס מיר זענען געבאטן געווארן אויף צו שרייבן די פיר פרשיות פון די תפילין, וואס דארט איז געשריבן פון יציאת מצרים, און יעדער טאג די תפילין צו לייגן אויף דעם קאפ, און אויף דער האנט. דאס איז אלעס נאר כדי מיר זאלן געדענקען און קיין מאן נישט פארגעסן פון די וואונדער פון יציאת מצרים.

ווייל דאס איז באמת א שורש גדול צו עבודת השי"ת, צו גלייבן באמונה שלימה, אז דער בורא ב"ה האט די גאנצע וועלט באשאפן ברצונו הטוב, און נאר ער אליין איז דער משגיח אויף דער גאנצער וועלט. און ווען ער וויל קען ער משנה זיין די טבע פון די גאנצע בריאה, אזוי ווי ער האט געטאן אין לאנד-מצרים, וואס מען האט געזען אויגנשיינלעך[1] ווי דער בורא ב"ה פירט די וועלט מיט זיין השגחה פרטית, און וואס ער וויל, דאס טוט ער כי מי יאמר לו מה תעשה. אזוי ווי מען האט געזען די גרויסע וואונדער וואס ער האט געוויזן אין מצרים, וואס די אלע צען מכות, איז אלעס געווען חוץ מדרך הטבע, נאר בגזירות הבורא ב"ה. און דאס גרעסטע וואונדער איז געווען וואס ער האט זיין פאלק די יידן פון די אלע מכות פריי געמאכט, כאטשע וואס זיי זענען דעמאלסט געווען אין מצרים.

און דערפאר דארף מען היינט צו גלייבן דאס נאר השם יתברך אליין פירט די גאנצע וועלט. אבער דער מענטש מיט זיין חכמה אליין האט גאר נישט אין מאכט עפעס צו טון, ווען עס זאל נישט זיין דערצו א הסכמה צו דער גזירה פון הקב"ה. איבער דעם ישראל קדושים, לאמיר מיר פון דעם א מוסר ארויסנעמען, צו האבן דעם שטארקן בטחון אין השי"ת, ווייל דער וואס האט באמת דעם אמתן בטחון אין הקב"ה, קען ער אנקומען לכל המדות טובות, און אויך אפגעהיט צו זיין מכמה מדות רעות, און פון פיל עבירות, למשל: דער וואס גלייבט באמת, דאס נאר הקב"ה אליין פירט די גאנצע וועלט בהשגחה גדולה, צו וואס זאל ער זיך צו פיל באמיען אין זיין ארבעט, און צו וואס זאל ער זיין גאנץ לעבן, נאר פארווענדן[2] מיט שווערע ארבעטן, ווען אלעס ווענד זיך נאר אין דעם רצון ב"ה, און דער מענטש מיט זיין יכולת אליין גאר נישט ווירקן.
און ווידער, צו וואס ער וועלן פאלשקייט טון אין זיין משא ומתן, אדער יענעם צו וועלן משיג זיין, ווען דאס איז נאר נישט אין זיין מאכט עפעס אנדערש צו טון, נאר ווי דער רצון הבורא איז. און ווידער, דער שטארקער בטחון אין השי"ת, טוט דעם מענטש ברענגען, יעדן טאג עוסק צו זיין בתורה ובמצוות, וואס דאס דער עיקר איז, וואס דער מענטש איז נאר באשאפן געווארן. אויך איז גורם די מדה פון בטחון אין הקב"ה מקיים צו זיין די חשובע מצוה פון צדקה וגמילות חסדים. איבער דעם "אשרי אנוש יעשה זאת, ובן אדם יחזיק בו".

והתכלית מכל זה איז, אזוי ווי שלמה המלך האט מסיים געווען דער ספר פון קהלת "סוף דבר כל נשמע את האלהים ירא, ואת מצותיו שמו כי זה כל האדם". ועל ידי זה יזכה לאור באור החיים אמן.


הערות שוליים

[רעדאַקטירן]
  1. אויגנשיינלעך = בעליל.
  2. פארווענדן = להשתמש.