די שול און דער פרעזידענט ו

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו - - ז - - ח - - ט - - י - - יא


שול 13 14.gif

ער זען דאם דורכפירן כאטש ער האט פיל געגנער, דארף ער זיך נישט רעכענען מיט די געגנער.

י) יעדער פרעזידענט איז מחוייב צו האבן אין זינען צו טאן פאר אונזער הייליקע תורה בדרך התורה, וועט ער האבן פיל שכר בזה ובבא.

יא) יעדער פרעזידענט דארף וויסן אז ער קען פיל אויפטאן פאר למוד התורה און פאר החזקת התורה און פאר צדקה. ער קען אויפטאן זייער פיל פאר די 3 זאכן וואס זיי זיינען דער פאונדיישאן (= פונדאדמענטן, יסודות) פון דער וועלט, דאס איז תורה, עבודה, וגמילות חסדים. און ער וועט דארפן אפגעבן דין וחשבון פאר'ן באשעפער וואס ער האט געקענט פיל אויפטאן פאר די 3 זאכן און ער האט נישט אויפגעטאן, על כן זאל ער זיך סטארען (= זיך מיען) און ארבעטן און אויפטאן פאר תורה, עבודה וגמילות חסדים זייער פיל, וועט ער זוכה זיין צו פיל שכר בזה ובבא.

יב) יעדער פרעזידענט טאר נישט פארגעסן אז דער צוועק פון דער שול איז נישט קלייבן געלט פאר דער שול אדער קלייבן געלט פאר דער סאסייעטי (= סאציאלאגיש). אויב ער טראכטן אזוי, האם ער מיט דער סאסייעטי פיל פארלוירן, כאטש זיי וועלען האבן פיל טויזענטער אין די בענק. דער הויפט-צוועק וועלכען ער מוז האבן אין זינען איז אז די סאסייעטי איז א טייל פון אידיש פאלק, און דער הויפט-צוועק פון דער שול מוז זיין תורה, עבודה, און גמילות חסדים. דאס איז די פראגראם פון דער שול, און דאס מוז זען דער פרעזידענט מיט די באאמטערס דאס דורך צו פירן, און אלע מעמבערס (= מיטגלידער) זאלן טאן פאר די גוטסקייט פון פראגראם זאל דורך געפירט ווערען אין לעבן אלע מאל, און אלע מוזן זיך שטארקן שאפן די נויטיקע מיטלען דורכצופירן דעם פראגראם.

יג) כאטש א שול ווערט געבויט איבערהויפט צוליב דאוונען, ד"ה צוליב עבודה. אבער אויב עס איז נישט קיין תורה אין דער שול, איז די עבודה פון אזא שול האט ח"ו גאר קיין ווערט פאר גאט ב"ה.

יד) יעדער פרעזידענט מוז זיך סטארען (= זיך מיען) אז דער קול תורה זאל זיין שטארק פארטראטן ביי אים אין שול. און ער זאל נישט קארגן קיין געלט, אז דער קול התורה זאל זיך הערן אין שול.

טו) יעדער פרעזידענט מוז זען אז עס זאל זיין א רב ביי אים אין שול, און אויב דער רב איז א איש אמת, זאל ער זיך צוהערן צו אלעס וואס דער רב זאגט אים, ומצוה לשמוע דברי חכמים. און חכם מיינט וואס ווייס די תורה, און אז ער איז קלוג אין דער תורה, ווייס ער שוין די וועלט מיט אלע אירע הנהגות, ווייל די תורה מאכט קלוג אפילו דעם נאר. און עס וועט זיין אלעס בדרך התורה, דורך דעם וואס ער וועט פרעגן וועגן תורה זאכן ביי דעם בן תורה. (למען התורה און צוליב התורה).

פרק ג

טז) א רב אין א שול מוז מען אויפנעמען דוקא א גדול בתורה, ער זאל קענען א סך לערנען און זאל ווערן א סך לערנען, און ער זאל זיין אן אוהב תורה, ער זאל לערנען מיט דעם עולם ש"ס, משנה, עין יעקב, מדרש, שו"ע, פירוש המלות פון דאוונען.



המשך