די שול און דער פרעזידענט ד

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו - - ז - - ח - - ט - - י - - יא


שול 9 10.gif
פרק א (די אויפגאבע פון דעם פרעזידענט)

יעדער פרעזידענט מוז זען אז וואס ער טוט זאל זיין כונה זיין לשם שמים (פון גאט וועגן) וועט ער אימער באגליקן אין אלעס וואס ער וועט טאן.

יעדער פרעזידענט וואס ער גייט טאן, זאל ער נאר האבן אין זינען די טובה פון אונזער תורה און די טובה פון דער שול און זיין אייגענע טובה. ווייל אויב ער זוכט זיין אייגענע טובה, וועט ער האבן ח"ו א רעה . . . ער מוז זיין פאראינטערעסירן אין דעם אמט וואס מען האט אים אויפגענומען, ער זאל טאן בדרך התורה לטובת די שול.

דער פרעזידענט טאר ניט טאן קיין זאך צוליב כבוד אדער צוליב געלט, אפילו אז דאס איז די טובה פון דער שול, טאר ער דאס נישט טאן צוליב כבוד אדער צוליב געלט. ווייל אויב ער טוט דאס צוליב כבוד אדער צוליב געלט, קען ער שוין נישט וויסן אויף ריכטיק צו דאס איז א טובה פאר דער שול צו א רעה, ווייל זיין נאכיאגן נאך כבוד אדער נאך געלט פארבלענדט אים די אויגן נישט צו זען די ריכטיקייט. נאר יעדער פרעזידענט מוז זיך דערווייטערן פון טראכטן צו טאן צוליב כבוד אדער צוליב געלט , נאר ער מוז זיין אן עוסק בצרכי צבור באמונה, וועט רייכקייט און כבוד במילא קומען:
רייכקייט וועט קומען, ווייל גאט וועט אים צושיקן גליק אין זיינע געשעפטן. און כבוד וועט אים קומען ווייל גאט וועט אים העלפן דערפאר וואס ער איז אן עוסק בצרבי צבור באמונה וועט די שול בליען אין זיין טערמין (= דאטונג, צייט), און אלע וועלן אים שעצן און ערן און גרויס כבוד געבן.

יעדער פרעזידענט מוז באהאנדלן דעם רב און דעם שמש ארענטלעך. מען טאר ביי זיי נישט אראפנעמען פון זייערע שכירות, ווייל ווען דער רב מיטן שמש זיינען גוט אַפּ (= אויבן. א ווארט אין ענגליש UP אויבן), איז די שול גוט אַפּ, און אלע זיינען צופרידן. מאנכע (= עטלעכע) בעלי-בתים אז זיי דערזען אז א רב מיט ש שמש מאכן א לעבן, קענען זיי נישט פארליידן און זיי הייבן פאדערן פון פרעזידענט ער זאל שניידן די שכירות, זיי זאגן אז די שול קען נישט צאלן, אבער אין אמת'ן איז דאס אדער צוליב שנאה, אדער זיי פארגינען נישט דעם רב אדער דעם שמש וואס זיי מאכן א לעבן – זאל דער פרעזידענט זיי נישט הערן און ער זאל קעמפן אז עס זאל די שכירות נישט געשניטן ווערען.

יעדער פרעזידענט מוז זען אז דער רב מיט דעם שמש זאלן לעבן גוט, זאלן זיך נישט קריגן. און אויב זיי קריגן זיך, ווייל זיי פארגינען נישט איינער דעם צווייטן, מוז זיין א דין-תורה און מאכן א שלום. און אויב מען קען נישט מאכן א שלום, מוז מען זיי זאגן אז דער אומגערעכטער וועט מוזן אוועק, וועלען זיי ווערען שלום. דער פרעזידענט מוז בעטן די מעמבערס (= מיטגלידער) אז זיי זאלן נישט רעדן, נישט אויף דעם רב, נישט אויף דעם שמש, ווייל מען טאר נישט רעדן אויף קיין יידן נישט, און אויף א רב אודאי נישט, מען זאל נישט באשטראפט ווערען. אפילו רעדן גוט פאר אזא וואס וועט רעדן שלעכטס, טאר מען נישט. און אז מען וועט דאס היטן וועט אימער זיין שלום אין שול.

יעדער פרעזידענט מוז- זען אז די מעמבערס (= מיטגלידער) זאלן לעבן גוט איינער מיט דעם צווייטן, ווייל שלום איז זייער גרויס.


המשך