די שול און דער פרעזידענט ט
א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו - - ז - - ח - - ט - - י - - יא
א) יעדער פרעזידענט מוז אויפפאסן אז אין שול זאל ארדענונג ביי דעם דאווענען, מען זאל נישט רעדן קיין דברים בטלים ביי דעם דאווענען.
ב) דער פרעזידענט איז פאראנטווארטלעך עס זאל צוגיין צו דעם עמוד נאר אן ערלעכער ייד, וועלכער דאווענט ווארעם און מיט געשמאק, ווייל א תפלה פון א צבור איז זייער חשוב ביי גאט ב"ה.
ג) ווען מען שטעלט אן א חזן מוז מען זיך נאכפרעגן אויף זיין ארענטליכקייט, צו ער איז א ייד מיטן גאנצן הארצן.
ד) אינגלעך פאר 18 יאר, איז נישט אנצושטעלן זיי פאר חזנים, און פרומע שולן שטעלן נישט אן א באָי (= אינגל) אלס חזן.
ה) קיין פרעזידענט טאר נישט דערלויבן פארקויפן טיקעטס (= קארטעס) שבת און יו"ט, אפילו נישט אין שול, טאר מען אויך נישט. און מען טאר נישט דערלויבן דעם חזן צו דאווענען דאן. און א גרויסע עבירה האבן דאן די באאמטערס פון דער שול ווייל זיי האבן דערלויבט צו דאווענען אויף די באדינגונגען.
ו) אפילו אז א חזן פארקויפט די טיקעטס (= קארטעס) פון פריער, טארן די באאמטערס פון שול נישט פאדערן די בזוכערס די טיקעטס, ווייל דאן פאלט די עבירה פון די וועלכע האבן געטראגן די טיקעטס (= קארטעס). אויך אויף די באאמטערס פון שול און זיי זיינען ח"ו מחלל שבת און מחלל ח"ו די שול מיט אזא דאווענען.
ז) מען טאר נישט פארקויפן קיינעם טיקעטס נאך ליכט-בענטשן, סיי שבת, סיי יו"ט, כדי נישט קאליע מאכן די תפילות. עס איז דא מער וועגן שול זאכן אין מיין ספר "ברכת נפשות", וואס יעדערער קען אים באקומען ביי מיר, ולהשומעים יונעם ותבוא אליהם ברכת הנפשות ברכת טוב.
יעדער פרעזידענט מוז זען אז די הייליקייט פון שול זאל נישט פארשוועכט ווערען מיט שפילן קארדס (= קארטעס) אין די געביידע פון שול אדער מיט דעם וואס עס טאנצן בחורים מיט מיידלאך ח"ו אין דער געביידע פון שול, טאר מען דאס נישט טאן.
פרעזידענטן פון שולן, איר וועט דארפן אפגעבן דין וחשבון פארוואס איר האט דערלויבט אזעלכע זאכן ביי אייך אפילו אז דאס ווערט געטאן לטובת פון דער שול, טאר מען דאס נישט טאן, ווייל מיט דעם ווערט פארשוועכט די הייליקייט פון דער שול וואס זי רופט זיך דער קליינער בית המקדש און די שכינה רוט דארט, אבער אז עס קומט פאר אזעלכע זאכן, אנטלויפט ח"ו דאן די שכינה און עס קומען ח"ו צרות ווען די שכינה אנטלויפט, מוז ער קעמפן מיט אלע מיטלען נישט צו דערלאזן אזעלכע זאכן, אפילו מיטינגס (= טרעפונגען) פון פרויען טאר מען אויך נישט מאכן אין שול, אפילו אז זיי ווילן טאן פאר דער שול, מוזן זיי מיטן (= זיך טרעפן) אין עזרת נשים, און אויסער א סעודת מצוה טאר מען אין שול נישט עסן.
יעדער פרעזידענט מוז זען אז עס זאל זיין א בימה אין מיטן שול ווי עס ווערט געבראכט אין די הייליקע ספרים. אין קיין