די שול און דער פרעזידענט ז

פֿון װיקיביבליאָטעק
(אַריבערגעפֿירט פון די שול און דער פרעזידענט 15 16)

א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו - - ז - - ח - - ט - - י - - יא


יז) דער פרעזידענט מוז זען אז די יידן ווען זיי קומען אין שול, זאלן זיי נישט רעדן דברים בטלים. און ער מוז באשטימען א צייט ווען צו דאווענען און צו לערנען.

יח) יעדער פרעזידענט מוז זען אז עס זאל זיך געפינען אין שול ספרים, און זען אז מען זאל לערנען. און אין יעדער שול מוז זיין ספרים אין יידיש אויך, כדי די יידן זאלן האבן אין וואס צו לערנען.

יט) קיין פרעזידענט טאר נישט שפארן קיין געלט פון לערנען. און זאלן זען נעמען פאר דער שול דעם גרעסטן רב און דעם בעסטן רבין פאר דער חברה. און דער פרעזידענט וועט ח"ו געשטראפט ווערן זייער אויב ער נעמט א רב וועלכער איז נישט פאסענדיק פאר דער שול. דאס איז גלייך ווי מען פלאנצט א בוים צו עכו"ם ח"ו, וואס מען מוז זיך היטן דערפון זייער.

כ) דער פרעזידענט וואס נעמט א רב נישט קיין ריכטיקן, וועט ח"ו האבן א שטראף פאר פיל שאלות וואס איז געענפערט געווארן פון זיין רב, נישט ריכטיק. און פאר די נישט ריכטיקע קידושין און גיטין וואס זיין רב האט ארויסגעגבן. – זאל ער דערפאר זען אויפפאסן ווען ער נעמט א רב, ער זאל זיין א ריכטיקער.

כא) יעדער פרעזידענט מוז שטענדיק האבן אין זינען אז ער וועט מוזן אפגעבן דין וחשבון, פאר די תורה וואס ער האט געקאנט מאכן אז מען זאל לערנען פיל תורה ביי אים אין שול. און פיל מאל צוליב פאליטיק, אדער ווייל ער זשאלעוועט (= האט רחמנות, חס זיין) דעם געלט פון שול, האט מען אין שול נישט געלערנט. אדער עס איז יע געלערענט א מאן וואס האט אליין נישט געקאנט. און ער האט זיך נישט געקימערט דאפיר (= פאר דעם), וועט ער ח"ו קריגן א גרויסע שטראף. מען מוז זייער היטן פון אזא עבירה, און מען מוז שטארקן דעם ריכטיקן קול תורה אין שול, וועט מען האבן פיל שכר.

פרק ד

כב) יעדער פרעזידענט מוז זען אז מען זאל מער לערנען, מער ווי זאגן. מען זאל גרינדן אין שול א חברת ש"ס, א חברה משניות, א חברת עין-יעקב חברת שו"ע, חברת שערי תפלה אויף צו לערנען די פירוש המלות פון דאווענען.

כג) ווי קליין די שול זאל נישט זיין, אויב נאר מען דאווענט דארט, מוז שוין דארט זיין א רבי צום לערנען, און אויב מען לערענט דארט נישט, איז נישט כדאי דארטן צו דאוונען, ווייל וואו מען לערענט, דארט ווערט די תפלות גיכער אנגענומען פון גאט ב"ה. יעדער פרעזידענט מוז זען אז מען זאל מאכען א סיום ווען מען ענדיגט א מסכת אדער א סדר משניות. מען זאל זיך וואשן און מען זאל זיך משמח זיין, ווייל עס איז א סעודת מצוה ותעב"ט.

כד) אפילו שולן וואו מען דאווענט נאר שבתים וימים- טובים מוז אויך דער פרעזידענט זען צו דינגען א רבין אויף דעם יאר, ער זאל לערנען מיט די יידן. ווען עס איז ניטש רב אויף לערנען די הייליקע תורה, דארפן זיי נישט גיין דאווענען דארט.

כה) עס קענען זיך פאראייניקן עטלעכע חברות אויף צו דינגען א רבין, און באשמיטן איינע פון די שולן דאס אלע זאלן קומען אהין לערנען.

כו) דער עיקר מוזען זען דער פרעזידענטן אז מען זאל לערנען ביי זיי אין שול, און מאכן תקנות אז יעדערער מוז לערנען. און דער רב פון שול זאל רעדן גאנץ אפט וועגן דעם