די שול און דער פרעזידענט ח

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו - - ז - - ח - - ט - - י - - יא


שול 17 18.gif

חוב פון תלמוד-תורה וואס עס ליגט אויף אלע יידן סיי יונג, סיי אלט. קלאסן מוזן געעפענט ווערען אין אלע שולן, וואו יידן נאך דער ארבעט, זאלן אריינקומען לערנען. אז דער פרעזידענט וועט זיך פילן אז איבערהויפט א שול וואו מען לערענט, יענע שול איז גוט אַפּ (= אויבן. אַפּ איז א ווארט אויף ענגליש, אויבן), וועט ער זען סטארען זיך (= מיען זיך, משתדל זיין) אז וואס מער תורה זאל געלערענט ווערען אין זיין שול, וועט זיין ומלאה הארץ דעה את ד', אמן.

פרק ה

דער פרעזידענט מוז זיין זייער פארזיכטיק מיט דעם טאג-ארדענונג, נישט ארויפשטעלן אויפ'ן טאג-ארדענונג אזעלכע זאכן וואס זיינען געגען אונזער הייליקע תורה, געגן אונזער שולחן-ערוך אדער געגן אנדערע הייליקע ספרים, ווייל מען קאן ח"ו זייער געשטראפט ווערען דערפאר, על כן מוז מען זיך זייער היטן און זיין פארזיכטיק און פיל באטראכטן וואס ארויפצושטעלן אויפ'ן טאג-ארדענונג. און אמבעסטן (= צום בעסטן) איז ער זאל פרעגן ביי דעם רב וועגן דעם וואס ער שטעלט ארויף אויף דעם טאג-ארדענונג, צו איז דאס נישט געגן דער תורה אדער געגן דעם שו"ע, און למ"ח ער זאל קיינמאל נישט דענקען און נישט וואגן ארויפשטעלן א זאך נגד התורה ונגד השו"ע.

דער פרעזידענט מוז רופן צו אן ארדער, און נישט לאזן פארברענגען ביי דעם מיטינג (= טרעפונג) א זאך וואס איז געגן אונזער הייליקע תורה אדער א זאך וואס איז געגן שולחן-ערוך. און כאטש דער שולחן ערוך איז נישט קיין מעמבער, מוז מען אלע שטימען ווי דער שו"ע. . . .

ווען עס מאכט זיך א סכסוך צווישן מעמבערס, מוזן זיי פאָרברענגען פאר זייער רב זייער סכסוך און ער וועט זיי אויסגלייכן; זיי קענען אויך צוזעצען 2 מעמבערס וועמען זיי ביידע ווילן, כדי עס זאל זיין שלום אין שול.

דער פרעזידענט טאר קיינמאל נישט אליין אפזאגן א רב אדער א שוחט אדער א שמש אדער וועלכע עס איז כלי-קודש אן א דין-תורה, ווייל א כתב וואס קהל האט גע'חתמעט, מוז אפגעהיט ווערען, און אפילו נאכן טערמין (= דאטונג, צייט), מוז זיין א מיטינג (= טרעפונג) און מען מוז געבען אן אורזאכע ווארום (=פארוואס) מען זאגט אים אפ. ווייל אן אן אורזאכע, פארוואס זאל מען אוועקנעמען ביי יענעם דעם ברויט?

די דין תורה פון א רב מיט א פרעזידענט מוז זיין ביי 3 רבנים, און מען מוז אויספאלגן דעם פסק-דין, וועט זיי גאט העלפן.

דער פרעזידענט טאר קיינעם נישט פארשעמען און קיינעם א רעה טאן, כאטש עס מעג זיין די גרעסטע טובה פאר דער שול.

דער פרעזידענט האט א רעכט אפילו צו מאכן די מעמבערס צאלן א באזונדער צאלונג, צו מאכן שיין די שול און צו האלטן די שול קלין (= ריין) און שיין. מען דארף עס וואשן און פּיינטן (= פארבן) גאנץ אפט.

עס איז א גרויסע מצוה עס זאל זיין וואס ליכטיקער אין א שול. און מען מוז זייער היטן נישט אויסלעשן קיין לאמפּן אין מיטן דאווענען. און דער פרעזידענט זאל קיינמאל נישט שרייען אויף דעם שמש דערפאר וואס עס איז ליכטיק אין שול, ווייל פון ליכטיקייט פון שול טאר מען נישט שפארן, ווייל די ליכטיקייט פון שול איז זייער גוט.


המשך