לדלג לתוכן

צעטל קטן ד

פֿון װיקיביבליאָטעק
  • צעטל קטן רבי אלימלך: א -- ב -- ג -- ד. -- *הנהגות האדם רבי אלימלך: א -- ב.

פון רבי אלימלך פון ליזשענסק


צעטל קטן (גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

טו. איידער ער וואשט זיך די הענט צום עסן זאל ער זאגן תפילת השב פון רבינו יונה ז"ל. נאך עסן דעם המוציא זאל ער זאגן מיט דעם לשון: לשם יחוד קודשא בריך הוא ושכינתיה, איך עס נישט וועגן די הנאה פון מיין גוף ח"ו, נאר צוליב דעם אז מיין גוף זאל זיין געזונט און שטארק צו דינען דעם אייביקער[1] (= אייבערשטער). און קיין חטא און זינד אדער שלעכטער געדאנק, אדער דער תענוג הגשמי, זאל נישט מעכב זיין דעם יחוד קבה"ו דורך די הייליקע ניצוצות פון דער אכילה ושתיה.
און ער זאל אין זינען האבן אז ווען ער עסט עפעס אדער ער טרינקט א משקה, אז דער טעם וואס ער איז מרגיש אין זיין מויל ווען ער צעקייט, אדער ווען ער זופּט די משקה, אז דאס איז די פנימיות פון דער קדושה אין די ניצוצות פון דער קדושה וואס עס רוט אין מאכל אדער אין דער משקה. און דורך דעם עסן און דעם צעמאלן מיט די ציין און דעם מאגן, ווערט אויסגעקליבן די פנימיות פון דעם מאכל, אז די פנימיות זאל נישט גיין צו די חיצונים. און זיין נשמה האט הנאה פון די פנימיות, און די פסולת ווערט מותרות, און עס ווערט נדחה צו די חיצונים. און ער זאל מקבל זיין ביי זיך אין געדאנק תיכף ווען ער וועט שפירן אז ער דארף ארויסגיין צו נקיות, זאל ער נישט האלטן די פסולת אין זיך צו מטמא זיין דעם מח ח"ו, און פארמיאוסן זיי נפש ח"ו, צו האלטן אין זיך די צואה אפילו איין מינוט.
אויך זאל ער זיך פארשטעלן ווען ער עסט, די אותיות "מאכל" אין כתב אשורית, און ער זאל טראכטן אז "מאכל" באטרעפט איין און ניינציק כמנין יהוה בשילוב אדני.

טז. דער מענטש איז נישט באשאפן געווארן אויף דער וועלט נאר פון וועגן צו ברעכן די נאטור, דעריבער זאל ער זיך מזרז זיין צו פאריכטן זיינע מדות אין דעם אכצין יאר דוקא, אזוי ווי איך וועל מבאר זיין.
דהיינו דער וואס איז געבארן געווארן מיט א נאטור פון עקשנות זאל ער ברעכן זיין נאטור פערציק טעג דורכאנאנד, (= נאכאנאנד) פונקט פארקערט ווי עס קומט אים אויף אין זיין געדאנק אין די זעלבע זאך ווען זיין נאטור איז פוילער, זאל ער פערציק טעג דורכאנאנד (= נאכאנאנד) טאן יעדע זאך מיט זריזות סיי ווען ער גייט זיך לייגן שלאפן אויף זיין בעט, און סיי ווען ער שטייט אויף אין דער פרי פון זיין געלעגער, זאל ער זיך אויף גיך, אנטאן די קליידער אין זיך וואשן די הענט און רייניקן זיין גוף, און גיין אויף גיך אין שול ווי ער גייט אוועק פון ספר.
און דאס גלייכן ווען זיין נאטור איז צו זיין שעמעוודיק צו יידישקייט זאל ער זיך געוויינען דוקא פערציק טעג דאווענען הויך מיט כח, מיט זיינע אלע אברים, און זאל מקיים זיין "כל עצמותי תאמרנה", דאס הייסט אלע מיינע ביינער טוען זאגן מיט כח די שבחים און לויבעניש צו השי"ת. און מאכן די ברכה ביי די תורה מיט א הויך קול ביז מען וועט אים העלפן פון הימל, עס זאל זיך פון אפטוען די שלעכטע שעמעוודיקייט.
און דאס גלייכן, אז זיין זאגן מיט זיין מויל איז נישט בערכדיק (= נאענט. = ער הערט נישט וואס זאגט ער) מחמת זיין טבע און זיין געוויינהייט אין זיינע כלי הדבור זאל ער זיך געוויינען פערציק טעג, ער זאל צו נייגן די אויערן צום ווארט, ער זאל וויסן וואס ער זאגט, סיי ביי דאווענען סיי ביי לערנען.
און דאס גלייכן ביי לערנען, אויב ער איז נישט קיין מתמיד אין לערנען, זאל ער זיך אויך געוויינען פערציק טעג, און זאל לערנען מיין (= מער) פון זיין געוויינהייט. און יעדעס מאל פאר זיין לערנען, זאל ער אריינקוקן אין דעם צעטל קטן, און ווייטער וועט מען שוין ענטפערן פון הימל, אז ער זאל צעברעכן פון זיך מדות רעות ביז גאר.

יז. בכל עת אין יעדער צייט וואס ער איז ליידיק פון תורה און תפילה, זאל ער זיך לערנען זאגן פון אויסווייניק די נייטיקע ענינים דהיינו תיקון רחל, ותיקון לאה, ותפילת השב לרבינו יונה הנ"ל, וברכת קידוש לבנה, ובריך שמיה, ועל הכל, ומודים דרבנן, און זאל אין זינען האבן די מצוה "ונקדשתי בתוך בני ישראל", אזוי ווי אויבן שטייט געשריבן אין אות א' ב'.

הערות שוליים

[רעדאַקטירן]
  1. נצחי. אין דייטט "עוויגער", ווי עס שטייט אינעווייניק.