צעטל קטן ג

פֿון װיקיביבליאָטעק
  • צעטל קטן רבי אלימלך: א -- ב -- ג -- ד. -- *הנהגות האדם רבי אלימלך: א -- ב.

פון רבי אלימלך פון ליזשענסק


צעטל קטן (גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

יא. ער זאל זיך איינגעוויינען צו דאווענען מיט זיין גאנצן כח, און מיט א קול, ווייל דער קול ווערט די כוונה צו באהעפטן די מחשבה צום דעם דבור. און זיין פנים זאל ער האלטן צו דער וואנט, און קוקן אין סידור התפילה אין דער פרי און פאר נאכט. און ער זאל זיך נישט ארומקוקן אין די זייטן פון אנפאנג דאווענען ביזן סוף. און ווען דער ש"ץ זאגט די הויכע שמונה עשרה, זאל ער אריינקוקן אין סידור, און זאל ענטפערן אמן מיט זיין גאנצן כח אויף יעדער ברכה און ברכה.
און בי קריאת התורה זאל ער צו הערן יעדן דבור און דבור פון דעם בעל קורא גלייך ווי ער וואלט געליינט די מגלה. און ער זאל זיך מאכן גלייך ווי א שטומער אין דער צייט ווען ער איז אין שול, אפילו פארן דאווענען און נאך דאווענען, ביז ער גייט צו זיך אין שטוב.

יב. ער זאל שטענדיק פארשטעלן ביי זיך אין געדאנק, ובפרט בשעת ער ליינט דעם צעטל קטן, גלייך ווי א מענטש שטייט לעבן אים און וועקט אים מיט א שטארקן קול א גרויסער.
מקיים צו זיין די אלע הנהגות ער זאל נישט לאזן פעלן קיין זאך דערפון, אפילו א קליינע נקודה. און ווען ער וועט זיך אזוי איינגעוויינען, דענסטמאל וועט אין א צייט ארום, קומען אויף אים א גרויסע התעוררות אויף זיין נשמה, פייערדיקע פונקן מיט א געטלעכן פלאם.

יג. ער זאל דערציילן יעדעס מאל פאר דעם וואס לערנט אים דעם דרך השם, אפילו פאר א באגלייבטן חבר אלע מחשבות און שלעכטן געדאנקן וואס זענען געגן אונזער הייליקע תורה, וואס דער יצר הרע ברענגט זיי אויף זיינע געדאנקען, אויך אין זיין הארץ. סיי ווער ער לערנט אדער דאווענט, סיי ווען ער ליגט אין בעט, און סיי אין מיטן טאג. ער זאל נישט פארהוילן קיין זאך מחמת בושה, ווייל דורך דעם וואס ער דערציילט זיין חבר, און ער גיט עס איבער מכח אל הפועל, צעברעכט ער דעם כח פון יצר הרע, ער זאל זיך נישט קענען שטארקן אויף אים אזוי פיל נאך א מאל, חוץ פון דער גוטער עצה וואס ער ווער קענען מקבל פון זיין חבר, וואס איז דער דרך השם. און דאס איז א וואונדערלעכע סגולה.

יד. ער זאל זיין זייער געהיט צו איבערחזרן א פאר מאל אין מעת-לעת דעם צעטל קטן, און זאל טייטשן יעדן ווארט אויף זארגאן. און דאס זאל זיין ביי אים א חק ולא יעבור וואס ער זאל דאס נישט איבערגיין (פון) צו לערנען פארן זיווג פרק ט"ז אין דעם ראשית חכמה, און די הנהגות פון האר"י ז"ל. און אויב עס וועט אים איבערבלייבן צייט, זאל ער לערנען דעם פרק י"ז פון דעם ראשית חכמה הנ"ל, און דאס זאל אים זיין חק ולא יעבור.