הנהגות האדם ב
פון רבי אלימלך פון ליזשענסק
הנהגת האדם (גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)
ח. ער זאל זיך אפהיטן פון צו פיינט האבן קיין שום ייד ח"ו, נאר סיידן די וואס זענען אים באוואוסט פאר געוויסע רשעים, וואס מען קען זיי נישט דן זיין לכף זכות. אבער וואס מען קען אים דן זיין לכף זכות, איז ער אים מחויב צו ליבן אזוי ווי זיך אליין, מיט זיין גאנצן פארמעגנס, מיטן גוף, מיט דער נשמה, מקיים צו זיין דעם פסוק "ואהבת לרעך כמוך".
ט. ער זאל זיך אפהיטן פון צו רעדן שום דבור פארן דאווענען, אפילו איין דבור. ווייל דאס איז מבטל די כוונות פון דאווענען.
י. ער זאל זיין געהיט צו גיין נקיות פאר דאווענען, און פאר עסן. אין אלע צייטן ווען ער דארף ארויסגיין, זאל ער זיך נישט איינהאלטן פון נקיות, אז ער זאל נישט עובר זיין אויף דעם לאו פון "בל תשקצו".
יא. ער זאל זיין געהיט, אז זיינע קליידער, די העמד און די הויזן, זאלן זיין ריין פון שמוץ, אדער פון צואה ושכבת זרע ח"ו.
יב. ער זאל נישט ווארפן א גרויסע אימה אין זיין שטוב, און זאל נישט מקפיד זיין קיין שום הקפדה אין זיין שטוב. און אויב ער וועט עפס האבן א הקפדה אויף א מענטש, אדער אויף א זאך, זאל ער זיך דערמאנען זיינע זינד פון דער יוגנט, און זאל טראכטן אין הארץ אז נאר זיינע זינד האבן אים געבראכט צו דער הקפדה.
און אזוי אין יעדער זאך, זאל ער זיך תיכף דערמאנען אין זיינע זינד. און דורך דעם וועט ער קריגן א צעבראכן הארץ, און ער וועט צעברעכן דעם כח פון יצר הרע.
י ער זאל מתפלל זיין צו השי"ת, ער זאל אים העלפן צו טאן תשובה שלימה, און אז ער זאל נישט שטארבן אן תשובה. און ער זאל זיך כולל זיין אין דעם כלל פון אלע בעלי תשובה, אז השי"ת זאל אים העלפן אז ער זאל זוכה זיין צו טאן תשובה שלימה. און ער זאל מתפלל זיין אויף זיינע זינד אז מען זאל אים מוחל זיין בכלל מחילת עונות פון אלע יידן.
יד. זיינע רייד מיט יעדן מענטש זאל זיין בנחת. און אויב מען לויבט אים, זאל ער אוועקגיין אין ווינקל, און זאל זיך מצער זיין. און זאל זיך טראכטן, פארוואס לויבט מען מיך ווען איך בין דאס נישט ווערט. ווען זיי וואלטן מיך געקענט אין מיין שפלות, אין מיינע נארישקייטן, אין מיינע שלעכטע מעשים, ווי אזוי וועל איך אויפהייבן מיין פנים פאר דעם בורא עולם יתברך שמו, וואס ער ווייסט און ער זעט מיינע מעשים צו יעדער צייט און מינוט. פון דעסטוועגן איז ער זיך מרחם אויף מיר אין אלע מיינע מעשים.
טו. ער זאל זיך פארשטעלן גלייך ווי א מענטש שטייט אנטקעגן אים און נעמט נישט אראפ זיין השגחה פון אים אויף זיינע מעשים. און ווען ער וואלט געזען אין אים א שלעכטע מדה וואלט ער זיך געשעמט, און וואלט נמאס געווארן ביי זיך אין די אויגן, און וואלט זיך באהאלטן אין א זעקל פון אן עכבר פון א גרויסע שאנד. מכל שכן אז השי"ת שטייט איבער אים און זעט זיינע מעשים צו יעדער צייט, און צו יעדער רגע, וואס מען קען זיך פון אים נישט באהאלטן. אזוי ווי שטייט אין פסוק "אם יסתר איש במסתרים ואני לא אראנו נאום ה". אזוי ווי דער רמ"א שרייבט אין או"ח סימן א.
טז. אויב א מענטש וועט אים פארשעמען זאל ער זיך זייער פרייען וואס דער אייביקער[1] (= אייבערשטער) האט אים געשיקט א מענטש אז ער זאל פארשעמט ווערן פאר זיינע מיאוסע מעשים. און יעדער מענטש זאל זיין ביי אים אין די אויגן בעסער פון אים.
יז. ער זאל זיך דערווייטערן פון יעדער זאך וואס ער האט נישט אין דעם קיין באדארפעניש וועגן דעם תכלית פון זיין געזונט, פון וועגן צו דינען השם יתברך. סיי אין עסן סיי אין טרינקען און סיי אין אנדערע תאות און הנאות, זאל נאר זיין וועגן צו דינען השי"ת ויתעלה.
יח. דער עיקר איז אז ער זאל זיך אפהיטן פון א משקה וואס מאכט שיכור, ווייל דאס איז א שלעכטע קרענק, און דאס ברענגט דעם מענטש ער זאל ווערן זייער נידריק. ווי דער תנא זאגט: "לא תרוה ולא תחטא", דער פשט פון דעם איז זאלסט זיך נישט אנשיכורן וועסט נישט זינדיקן.
יט. ער זאל זיך היטן, אז ער זאל נישט דערמאנען דעם שם לבטלה.
כ. ער זאל זיך היטן פון דער רעדן אדער צו טראכטן קיין הייליקע זאך אין אן אומריינעם ארט, ווייל דער יצר הרע שטארקט זיך דוקא אז מען זאל דערמאנען הייליקע ווערטער אין אן אומריינעם ארט.
כא. ער זאל זיך היטן צו רעדן אין א שול אפילו דברי מוסר, ווייל טאמער וועט ער זיך פאדערן, און וועט קומען צו רעדן דברים בטלים.
הערות שוליים
[רעדאַקטירן]- ↑ נצחי. אין דייטט "עוויגער", ווי עס שטייט אינעווייניק.