לדלג לתוכן

צעטל קטן ב

פֿון װיקיביבליאָטעק
  • צעטל קטן רבי אלימלך: א -- ב -- ג -- ד. -- *הנהגות האדם רבי אלימלך: א -- ב.

פון רבי אלימלך פון ליזשענסק


צעטל קטן (גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

ו. ווען עס קומט פאר אים ח"ו א מחשבה רעה פון ניאוף, זאל ער זאגן דעם פסוק "ונשמרתם מכל דבר רע", דו זאלסט אפהיטן פון אלע שלעכטס. דרשענט די הייליקע גמרא: אז דער מענטש זאל נישט טראכטן ביי טאג קיין שלעכטן געדאנק ער זאל נישט קומען צו טומאת קרי ביינאכט. און ער זאל נישט לאזן זאמען די שלעכע מחשבה אין זיינע געהירן (= מוח) ח"ו, ער זאל נישט מטמא זיין דעם שכל וואס השי"ת האט אים געגבן.

ז. ווען עס קומט אים פאר א שלעכטע זעאונג וואס מען טאר נישט זען, דהיינו אז ער דערזעט ווען א בהמה אדער א עוף ווען זיי באהעפטן זיך, אדער א טפח וואס איז אויפגעדעקט ביי א אשה וואס דאס האט דעם דין ווי א ערוה, אדער די צורה פון זיין ווייב ווען זי איז א נדה, און דאס גלייכן, זאל ער תיכף זאגן דעם פסוק "ולא תתרו אחרי לבבכם", איר זאלט נישט נאכגיין נאך אייער הארץ, איר זאלט נישט לאזן דעם שלעכטן געדאנק אין הארץ, אז ער זאל נישט מטמא זיין דעם געדאנק ח"ו.

ח. ער זאל זיך איינגעוויינען ער זאל נישט אנהייבן צו רעדן צו קיין מענטשן נאר סיידן ווער ער איז שטארק נויטבאדערפטיק. און דאס וואס ער איז שטארק נויטבאדערפטיק זאל ער רעדן בקיצור, אז דאס זאל זיין געזיפּט מיט 13 זיפּן, אז עס זאל נישט זיין אין זיינע רייד קיין שום שקר ח"ו, און קיין שום חנופה און לשון הרע און רכילות, און קיין שום פארשעמען דעם צווייטן.
און נישט אויסן זיין צו ווייזן פאר מענטשן זיינע מעשים, און ער זאל זיך איינגעוויינען מיט דעם כלל וואס די חז"ל האבן געזאגט: דו זאלסט לערנען דיין צונג צו זאגן: אין ווייס נישט.
ווען עס רעדן צו אים אזעלכע מענטשן וואס זענען נישט אפגעהיט פון צו רעדן דברים בטלים, זאל ער זיך זען ארויסרוקן פון זיי מיט זיין גאנצן כח, און מיט אלע עצות ותחבולות. און ווען ער קען נישט ארויסדרייען פון זיי בשום אופן, זאל ער עכ"פ זייער מקצר זיין דאס וואס ער איז געשפארט זיי צו ענטפערן.

ט. ער זאל זיך איינגעוויינען תיכף באלד ווי ער כאפט זיך אויף פון זיין שלאף, זאל ער זאגן מודה אני לפניך מלך חי וקים שהחזרת בי נשמתי בי בחמלה רבה אמונתך. און ער זאל זאגן אפילו אויף זארגאן (= יידיש) מיט א פריילעך הארץ: געלויבט איז גאט וואס ער האט מיר געגעבן די מצוה פון דער ציצית, וואס איך בין ארומגערינגלט מיט זיי, און די מצוה פון זיך וואשן נעגל וואסער פון אין דער פרי, אראפנעמען דעם שלעכטן רוח, און די שווערע קליפה פון מיינע צוויי הענט. און ער זאל זען אז זיין הארץ זאל זיין פון מיט שמחה, ווען ער זאגט וואס ווערט אויבן געבראכט. און ער זאל מקבל זיין אויף זיך דעם גדר פון ווייניק רעדן וואס ווערט געבראכט אויבן אין סימן ח'.

י. ער זאל זיין זייער געהיט אין דער התמדה צו לערנען שיעורים נאך דעם סדר תיכף באלד ווי ער שטייט אויף פון זיין שלאף. און נאך זיין זאגן תיקון חצות און דעם צעטל קטן, זאל ער נישט אוועק גיין פון ספר וואס ער לערנט אין אים, אפילו א שעה, אין יעדן ספר וואס ער זעצט זיך לערנען.
און נאך דעם אז ער וועט זאגן תפילת השב וואס הייבט זיך אן "אנא השם" וכו', און די תפילה פון תלמוד תורה אין שערי ציון וואס הייבט זיל אן "הנני רוצה ללמוד", זאל ער זען מיט זיין גאנצן כח, ער זאל נישט מאכן קיין שום הפסק אפילו מיט אן אנדער געדאנק, נאר אין דער מחשבה פון לערנען און דער מחשבה פון צעטל קטן וואס עס איז פאר זיינע אויגן. ווייל די ליכטיקייט פון דער תורה וועט עס אומקערן צו גוטס.