ספר הישר בראשית ו

פֿון װיקיביבליאָטעק

הקדמה בראשית פרקים: א ב - ג - ד - ה - ו - ז - ח - ט - י - יא - יב - יג - יד - טו - טז - יז - יח - יט - כ - כא - כב - כג - כד - כה - כו - כז - כח - כט - ל - לא - לב - לג - לד - לה - לו - לז - לח - לט - מ - מא - מב - מג - מד - מה - מו - מז - מח - מט - נ.
שמות פרקים: א
ויקרא פרקים: ח ט י
במדבר פרקים: א ב ג ד
דברים פרקים: לא לב לד


ענדע בראשית


און די אלע מענטשן האבן זיך אפגעווענדט פון גאטס וועג אין יענע טעג, ווען זיי האבן זיך געמערט אויף דער ערד מיט זין און טעכטער.
און זיי האבן אויסגעלערנט איינער דעם צווייטן שלעכטע וועגן, און זיי זיינען כסדר גרעסער געווארן צו זינדיקן צו גאט. און זיי האבן געמאכט פאר יעדן איינעם אן אפגאט, און זיי האבן געגנבט און געראבעוועט איינער דעם צווייטן, און איינער זיין נאענטער, און זיי האבן פארדארבן די לאנד, און די לאנד האט זיך אנגעפילט מיט רויב.
און זייערע ריכטערס און פאליציאנטן זיינען געגאנגען צו זייערע פרויען, און האבן גענומען פאר זיי פרויען מיט שטארקייט פון זייערע מאנען, פון וואס זיי האבן אויסגעקליבן. און אויכעט פון די בהמות חוית ועופות, די מענטשן האבן געבראכט אין יענע טעג, און זיי האבן זיי אויסגעלערנט צו גיין א געשלעכט צו נישט זיין געשלעכט, צולעהכעיס גאט, אין דער זאך.

און גאט האט געזען אז די לאנד איז פארדארבן געווארן, ווייל יעדעס לייב האט פרדארבן זיין וועג אויף דער ערד, די אלע מענטשן און בהמות.
און גאט האט געזאגט איך וועל פארלענדן דעם מענטש וואס איך האב באשאפן, פון דער ערד, פון מענטשן ביז די הימל פייגל, ביז די בהמות, און די פעלד חיות, ווייל איך האב חרטה אז איך זיי געמאכט.
און עס איז געווען אז יעדער מענטש וואס איז געגאנגען אין גאטס וועג, איז געשטארבן אין יענע טעג, פאר דעם גאט האט געבראכט אויף די מענטשן דאס שלעכטס וואס ער האט גערעדט זיי צו מאכן. ווייל דאס איז געווען פון גאט, כדי זיי נישט זען דאס שלעכטס וואס ער האט גערעדט צו מאכן די מענטשן.

און נח איז געפעלן אין גאטס אויגן, און ער האט אים און זיינע קינדער אויסגעקליבן אויפצולעבן פון זיי די קומענדיקע דורות אויף דער ערד.


אנהייב נח


און עס איז געווען אין דעם פיר און אכציקסטן יאר צו נחס לעבן, אנוש דער זון פון שת איז געשטארבן, ניין הונדערט פינף יאר אלט.
און אין דעם הונדערט ניין און זיבעציקסטן יאר צו נחס לעבן, קינן דער זון פון אנוש איז געשטארבן, ניין הונדערט צען יאר אלט.
און אין דעם צוויי הונדערט פיר און דרייסיקסטן יאר צו נחס לעבן, מהללאל דער זון פון קינן איז געשטארבן, אכט הונדערט פינף און ניינציק יאר אלט.
און ירד בן מהללאל איז געשטארבן אין יענע טעג, אין דעם דריי הונדערט זעקס און זעכסיקסטן יאר צו נחס לעבן, און ער איז געשטארבן ניין הונדערט צוויי יאר אלט.

און די אלע מענטשן וואס האבן זיך געפירט אין גאטס וועג, זיינען געשטארבן אין יענע טעג, פאר זיי האבן געזען דאס שלעכטס וואס גאט האט גערעדט צו ברענגען אויף דער ערד.
און עס איז געווען אין א סאך יארן ארום, אין דעם פיר הונדערט אכציקסטן יאר צו נחס לעבן, ווען די אלע מענטשן וואס האבן זיך געפירט אין גאטס וועג זיינען געשטארבן, און נאר מתושלח איז געבליבן לעבן אין יענע טעג, האט גאט געזאגט צו נחן און מתושלחן: רעדט און רופט צו די מענטשן אזוי צו זאגן: אזוי גאט האט געזאגט קערט זיך אום פון אייערע שלעכטע וועגן, און לאזט אפ אייערע מעשים, און גאט וועט חרטה האבן אויף דעם שלעכטס וואס ער האט גערעדט צו מאכן אויף דער ערד, און דאס וועט נשיט זיין.
ווייל אזוי גאט האט געזאגט: איך גיב אייך צייט, הונדערט צוואנציק יאר, אויב איר וועט זיך אומקערן און אפלאזן אייערע שלעכטע וועגן, איך וועל זיך אויכעט אומקערן פון דעם שלעכטס וואס איך האב גערעדט אויף אייך, און דאס וועט נישט אנקומען.

און נח און מתושלח האבן גערעדט די גאטס רייד צו די אלע מענטשן טאג טעגליך, פעדערן זיך און רעדן, אין די אלע יענע טעג. און די אלע מענטשן האבן נישט איינגעהערט צו זיי, און האבן נישט איינגעבויגן זייערע אויערן צו זייערע רייד, און האבן געשטייפט זייערע נאקנס.
און גאט האט געלייגט פאר זיי צייט, הונדערט און צוואנציק יאר, אזוי צו זאגן: אויב זיי וועלן זיך אומקערן, דער גאט וועט חרטה האבן, נישט צו פארדארבן די ערד.
און נח דער זון פון למך האט אויפגעהערט צו נעמען א פרוי צו געבארן קינדער, ווייל ער האט געזאגט: דאך אט גאט פארדארבט די מענטשן פון דער ערד, טא פארוואס דארף איך האבן קינדער.
און נח איז געווען א צדיק און או אן אומבאפלעקטער אין זיין דור, און גאט האט אין אים אויסגעגליבן, אויפצולעבן די קומענדיקע דורות, פון זיינע קינדער אויף דער ערד.

און גאט האט געזאגט נחן: נעם דיר א פרוי און געבאר קינדער, ווייל דיך איך האב געזען א צדיק פאר מיר אין דעם דור, און דו מיט דיינע קינדער וועלן לעבן אין ערד.
און נח איז געגאנגען און האט גענומען א פרוי, און אוסגעקליבן אין נעמהן, די טאכטער פון חנוכן, און זי איז פינף הונדערט אכציק יאר אלט. און נעמה האט געשווענגערט און האט געבארן א זון, און ער האט אים גערופן יפת אזוי צו זאגן: גאט וועט מיר פארברייטערן אין ערד[1]. און זי האט געשווענגערט נאך און געברן א זון, האט ער אים גערופן שם אזוי צו זאגן: דער גאט האט מיר געלייגט אן איבערבלייב אויף דער ערד[2].
און נח אלט פינף הונדערט צוויי יאר ווען נעמה האט געבארן שם, און די קינדער זיינען געוואקסן, און זיינען געגאנגען אין גאטס וועגן, ווי אזוי נח און מתושלח האבן זיי אויסגעלערנט.
און למך, נחס טאטע איז געשטארבן אין יענע טעג, ווייל ער איז נישט געגאנגען אין זיין טאטעס וועג מיטן גאנצן הארץ. און ער איז געשטארבן אין דעם פינף הונדערט, פינף און ניינציקסטן יאר, צו נחס לעבן. און למכס לעבן איז געווען זיבן הונדערט זיבן און זיבעציק יאר, און ער איז געשטארבן.
און אויכעט די אלע מענטשן וואס זיי האבן געוואוסט דעם גאט, זיינען געשטארבן אין יענעם יאר, פאר גאט האט געבראכט דאס שלעכטס אויף די מענטשן, ווייל גאט האט געוואלט זיי טויטן, כדי א מענטש וואס האט געוואוסט דעם גאט זאל נישט זען זיין ברודער און זיין נאענטער אין דעם שלעכטס וואס גאט האט גערעדט צו מאכן.

אין יענער צייט גאט האט געזאגט נחן און מתושלחן אזוי צו זאגן: שטייט און רופט אויף אין די אויערן פון די אלע מענטשן, די אלע רייד וואס איך האב גערעדט צו אייך אין יענע טעג, טאמער די מענטשן וועלן זיך אומקערן פון זייערע שלעכטע מעשים, און איך וועל חרטה האבן אויף דעם שלעכטס, און איך וועל עס נישט ברענגען.
און נח און מתושלח זיינען געשטעאנען און אויפגערופן אין די אויערן פון די אלע מענטשן אלס וואס גאט האט גערעדט מיט זיי, און די מענטשן האבן נישט איינגעהערט און נישט איינגעבויגן זייערע אויערן צו די אלע רייד.

און עס איז געווען נאך דעם, גאט האט געזאגט נחן: אן ענדיקוננג פון יעדן לייב איז געקומען פאר מיר פון זייערע שלעכטע אויפטען, און איך וועל פארדארבן זיי, און די ערד. און דו נעם דיר גופר האלץ,[3] און גיי צו דער און יענעם פלאץ, און בוי דיר א קאסטן, [4]און זאלסטו אויפשטעלן אים אין יענעם פלאץ.

געמאלט דורך דעם אמעריקאנער אדוורד היקס
(1780–1849) און זאלסטו איינזאמלען פון יעדע לעבעדיקע צוויי, א זכר און א נקיבה, און זאלסטו זיי ברענגען אין קאסטן, אויפצולעבן פון זיי די קומענדיקע דורות.


און דאס איז וואס זאלסטו אים מאכן, דריי הונדערט איילן לענג, און פופציק איילן ברייט, און דרייסיק איילן הויך. און זאלסטו מאכן אן עפענונג אין זיין זייט, און זאלסטו מאכן אז דער שפיץ דאך זאל זיין איין אייל ברייט. און זאלסטו אים באשמירן פון אינעווייניק און פון דרויסן מיט פעך.
און איך ברענג א פארפלייצונג-רעגן אויף דער ערד, צו פארדארבן יעדעס לייב אונטער דעם הימל. אלעס וואס איז אין ערד זאל אויסגיין,[5] און דו זאלסט קומען דו מיט דיינע קינדער, און זאלסטו איינזאמלען פון יעדע לעבעדיקע צוויי, א זכר און א נקיבה, און זאלסטו זיי ברענגען אין קאסטן, אויפצולעבן פון זיי די קומענדיקע דורות.
און פון אלע עסנווארג וואס איז עסוועדיק צו די אלע לעבעדיקע, זאמלט איין, או עס זאל זיין פאר דיר און פאר זיי צו עסן. און זאלסטו קלייבן דריי יונגע פרויען פון די מענטשן, און זיי זאל זיין פאר דיינע קינדער, ווייבער.
און נח איז אויפגעשטאנען און געבויט דעם קאסטן אין דעם פלאץ וואס גאט האט אים געהייסן, און נח האט געטאן ווי גאט האט אים געהייסן.
אין פינף און ניינציקסטן יאר נח האט אנגעהויבן בויען דעם קאסטן, און אין דעם זעקס הונדערטסטן יאר ער האט געענדיקט דעם קאסטן, מיט זיינע אלע פלענער, און מיט זיינע אלע פיטשעווקעס. פינף יאר האט נח געבויט דעם קאסטן, ווי גאט האט אים געהייסן. דאמאלסט נח האט גענומען די דריי טעכטער פון אליקים דער זון פון מתושלחן פאר זיינע קינדער, ווייבער, ווי גאט האט אים געהייסן.


הערות שוליים[רעדאַקטירן]

  1. דער טייטש פון דעם ווארט "הפתה" אין לשון הקודש איז פארברייטערן. דאס ווארט "יפת" איז בלשון עתיד. קורץ פון דעם ווארט "יפתה".
  2. "שם" איז פון לשון "לשים" לייגן.
  3. גופר האלץ = האלץ פון א סארט בוים וואס הייסט "גופר".
  4. למעשה דאס איז א שיף, נאר ווייל איר פארעם איז געווען פירקאנטיק ווי א קאסטן, דעריבער מ'רופט איר א קאסטן.
  5. אויסגיין = אפשטארבן = ענדיקן זיך.