לדלג לתוכן

ספר הישר בראשית ה

פֿון װיקיביבליאָטעק

הקדמה בראשית פרקים: א ב - ג - ד - ה - ו - ז - ח - ט - י - יא - יב - יג - יד - טו - טז - יז - יח - יט - כ - כא - כב - כג - כד - כה - כו - כז - כח - כט - ל - לא - לב - לג - לד - לה - לו - לז - לח - לט - מ - מא - מב - מג - מד - מה - מו - מז - מח - מט - נ.
שמות פרקים: א
ויקרא פרקים: ח ט י
במדבר פרקים: א ב ג ד
דברים פרקים: לא לב לד


פרשת בראשית


און שת האט געלעבט הונדערט פינף יאר און האט געבוירן א זון, און ער האט גערופן זיין נאמען אנוש, צו אנדייטן אז אין יענער צייט מענטשן האבן זיך אנגעהויבן צו זיך מערן אויף דער ערד, און צו ווייטאן זייער זעל און הארצן, און צו מאכן פארברעכנס, און ווידערשפּעניקן אין גאט.
און עס איז געווען אין די צייטן פון אנושן, די מענטשן האבן נאך פארגעזעצט צו ווידערשפּעניקן און מאכן פארברעכנס אין גאט, און צו צוגעבן א צארנונג פון גאט אויך די מענטשן. און די מענשטן זיינען געגאנגען און געדינט אפּגעטער, און האבן פארגעסן דעם גאט וואס האט זיי באשאפן. און די מענטשן האבן געמאכט אין יענע טעג קופּערנע, אייזערנע, האלצערנע, און שטיינערנע, אפגעטער, און האבן זיך געבוקט און געדינט זיי. און יעדער איינער האט געמאכט זיין אפגאט, און האט זיך אים געבוקט. און זיי האבן געלאזט דעם גאט אלע טעג פון אנוש און זיינע קינדער.

און גאט האט געצארנט אויף זייערע מעשים און פארדארבונגען וואס זיי האבן געמאכט אין ערד. און גאט האט פארפלייצט דאס וואסער פון טייך גיחון, און ער זיי פארדארבן, און אומגעקומען און פארניכט א דריטל פון דער ערד. און פון דעסטוועגן די מענטשן האבן זיך נישט אומגעקערט פון זייער שלעכטן וועג, און זייער האנט געווען נאך אויסגעשטרעקט צו מאכן שלעכטס אין גאט'ס אויגן.

און אין די טעג נישטא קיין זוימען און קיין שניט אין דער ערד, און נישטא קיין עסן צו די מענטשן. און עס איז געווען א גרויסער הונגער אין יענע טעג.
און די זוימען וואס זיי האבן געזייט אין דער ערד זיינן געווארן אלע סארט דערנער, קוצים, דרדרים, און ברקנים, אין יענע טעג.
ווייל פון אדמ'ס צייט די זאך איז געווען אין דער ערד פון די שאלטונג פון גאט, וואס ער האט געשאלטן די ערד וועגן אדמ'ס זינד, וואס ער האט געזינדיקט פאר גאט.

און עס איז געווען ווען די מענטשן האבן ווייטער ווידערגעשפּעניקט און געמאכט פארברעכנס צו גאט, און פארדאָרבן זייער וועג, די ערד האט זיך פארמערט צו זיך פארדאַרבן.

און אנוש האט געלעבט נייציק יאר, און ער האט געבארן קיננען. און קינן איז געוואקסן, און איז אלט פערציק יאר געווארן, און איז קלוג געווארן און געוואוסט אין אלע חכמות, און ער האט געקעניקט אויף די אלע מנעטשן מיט קלוגשאפט און וויסן.
ווייל דער מענטש קינן איז געווען א גרויסער חכם, און פארשטייט אלע חכמות, און ער האט געוועלטיקט מיט זיין קלוגשאפט אויך אין רוחות ושדים.

און קינן האט געוואוסט אין זיין קלוגשאפט אז גאט וועט פארדארבן די מענטשן אויף זייער זינד אין דער ערד, און אז ער וועט אויף זיי ברענגען די פארפלייצונג-וואסער אין דער צייט וואס דארף קומען צום סוף.
און קינן האט געשריבן דער וואס וועט קומען אין יענע טעג אויף שטיינערנע טאוולען, און ער האט זיי אריינגעלייגט און זיינע שאץ-קאמערן.
און ער האט געמאכט אומקערן די מענטשן צו דינען גאט.

און ווען קינן איז אלט געווארן זיבעציק יאר, ער האט געבוירן דריי זין און צוויי טעכטער. און דאס איז די נעמען פון זיינע קינדער: דער עלטסטער מהללאל, און דער צווייטער עינן, און דער דריטער מרד. און זייערע שוועסטערס עדה וצלה. די זיינען געבוירן געווארן פינף.

[[1]למך דער זון פון מתושאלן האט חתונה געהאט מיט די צוויי טעכטער פון קיננען (וואס שטייט געשריבן אין פרק ה') עדה און צלה. עדה האט געשווענגערט און געבוירן א זון און האט אים גערופן יבל, און זי האט געשווענגערט נאך א מאל און האט געבוירן א זון, און האט אים גערופן יובל. און צלה איר שוועסטער געווען א קינדערלאזע אין די טעג, און האט נישט געהאט קיין קינדער, ווייל אין די טעג מענטשן האבן זיך אנגעהויבן צו זינדיקן אין גאט, און אריבערצוגיין אויף זיין געבאט וואס ער האט געבאטן דעם מענטש פרוכפערט און מערט זיך אין לאנד, און די מענטשן האבן אנגעטרונקען א טייל פון זייערע ווייבער א קינדערלאזקייט געטראנק, כדי זיי זאלן בלייבן אין זייער שיינקייט, און זייער שיינקייט און זעאונג זאל נישט אויסגעמאגערט ווערן. און ווען די מענטשן האבן אנגעטרונקען א טייל פון זייערע ווייבער, צלה האט אויכעט געטרונקען מיט זיי. און די קימפעטארינס[2] זיינען געווען אין זייערע מאנען אויגן אן עקלהאפטיקייט, ווי לעבעדיקע אלמנות.
און אין א סאך יאר ארום ווען צלה איז אלט געווארן, דער אויבערשטער געעפענט צלהס מוטער און זי האט געשווענגערט און געבוירן א זון, און האט אים גערופן תובל קין ווייל נאך מיין וועקסלצייט איך האב אים געקויפט פון גאט. און זי האט געשווענגערט נאך א מאל און האט געבוירן א טאכטער און האט איר גערופן נעמה ווייל נאך מיין וועקסלצייט איך האב געהאט א פארגעניגען און א ליבלעכקייט.

און עס איז געווען א טאג, און למך איז ארויסגעגאנגען אין פעלד, און תובל קין זיין זון געווען מיט אים. און עס איז געווען, אז זיי ביידע געגאנגען אין פעלד, און קין, אדמס זון גייט און קומט אנטקעגן זיי, און למך איז געווען אן אלטער מענטש או ער האט נישט געזען גוט, און זיי האבן געמיינט אז קין איז א חיה, און תובל קין האט געזאגט למכן, צי אויף אין דיין בויגן, און למך האט אויפגעצויגן אין זיין בויגן, און ער האט געשאלגן קינען מיט די פיילן פון דער ווייטענס, און די פיילן זיינען אריינגעקומען אין קינס קערפער, אור ער איז אנידערגעפאלן אויף דער ערד, און געהארגעט געווארן.
און דער גאט האט באצאלט קינען א שלעכטס ווי דאס שלעכטס וואס ער האט געטאן הלבן זיין ברודער. און ווען קין אז געשטארבן, למך און תובל קין זיינען געגאנגען צו זין די חיה וואס זיי האבן געהארגעט, און זיי האבן געזען זייער זיידן פאלט אנידער אויף דער ערד, א טויטער.
און עס איז זייער אויפגערעגט למכן פארוואס ער האט געמאכט אזא זאך, און פון גרויסן צער ער האט געקלאפט די הענט, איין האנטפלאך אויף דער צווייטער האנטפלאך, און ער האט געקלאפט זיין זון תובל קינען אין מיטן, און ער איז געשטארבן געווארן.
און למך ווייבער האבן געהערט וואס ער האט געטאן, און זיי האבן געוואלט אים הארגענען. און למכס ווייבער האבן אים פיינד געהאט, פון דעם טאג אן, צוליב ער האט געטויט קינען און תובל קינען.
און למכס ווייבער האבן זיך אפגעשיידט פון אים, און האבן נישט געוואלט אים הערן אין יענעם טאג.
האט למך געקומען צו זיינע ווייבער און אויסגעבעטן זיי צו הערן אים, אויף דער זאך, און למך האט זיי געזאגט: עדה וצלה הערט איין מיין קול, למכס ווייבער הערט איין מיין זאג, איר האט געמיינט און געזאגט אז א מענטש (קין) איך האב געהארגעט צו פארוואונדן מיך אליין? און א קינד (תובל קין) איך האב געהארגעט צו באשעדיקן מיך אליין? זיי דאך מיינע נאענטערס, דאך ווייסט איר אז איך האב זיך געעלטערט, און מיינע אויגן זעען נישט גוט פון עלטערקייט, און איך האב געמאכט די זאך, אומוויסנדיק.
למכס ווייבער האבן איינגעהערט צו אים, צו די זאך, פון דעם טאג אן, ווייל זיי האבן געוואוסט אז גאטס צארן ווערט פארגרעסערט אין יענע טעג אויף די מענטשן, צו פארדארבן זיי אין דעם מבול אויף זייערע שלעכטע מעשים.]

הערות שוליים

[רעדאַקטירן]
  1. דאס שטיק אין קלאמערן שטייט אין תורה אין סוף פרק ד', ווייל עס שטייט געשריבן נאך וואס גאט האט געשאלטן קינען, צו דערציילן אז נאך זיבן דורות למך האט גהרגעט קינען ווי דער אייבערשטער האט געזאגט: שבעתים יוקם. אבער לויט סדר הזמנים עס איז געווען נאך לידת שת וכו' ביז קינן, און דאמאלסט מלך האט חתונה געהאט מיט קיננס טעכטער וכו' און ער האט געהרגעט קינען..
  2. קימפעטארין = געווינערין = יולדת