לדלג לתוכן

ספר הישר בראשית א ב

פֿון װיקיביבליאָטעק

הקדמה בראשית פרקים: א ב - ג - ד - ה - ו - ז - ח - ט - י - יא - יב - יג - יד - טו - טז - יז - יח - יט - כ - כא - כב - כג - כד - כה - כו - כז - כח - כט - ל - לא - לב - לג - לד - לה - לו - לז - לח - לט - מ - מא - מב - מג - מד - מה - מו - מז - מח - מט - נ.
שמות פרקים: א
ויקרא פרקים: ח ט י
במדבר פרקים: א ב ג ד
דברים פרקים: לא לב לד


פרשת בראשית


זה ספר תולדות אדם אשר ברא אלהים על הארץ ביום עשות ה' אלהים ארץ ושמים.

גאט האט געזאגט לאמיר מאכן א מענטש אין אונזער פארעם און אין אונזער פארשטאנד. און גאט האט באשאפן דעם מענטש אין זיין פארם. און גאט האט פאבריצירט דעם מענטש שטויב פון דער ערד, און אריינגעבלאזט אין זיינע נאזלעכער א לעבעדיקן גייסט. און דער מענטש איז געווארן צו לעבעדיקן רעדענדיקן גייסט. און גאט האט געזאגט נישט גוט אז דער מענטש זאל זיי אליין, וועל איך אים מאכן א הילף אים אנטקעקן.
און דער גאט האט געווארפן א שלאף אויף דעם מענטש און ער איז איינגעשלאפן געווארן, און האט אראפגענומען א ריפ פון זיינע ריפן, און האט געבויט אויף איר פלייש, און האט זי געמאכט א פרוי, און האט געבראכט צו דעם מענטש. און דער מענטש האט זיך אויפגעכאפט פון זיין שלאף, און אט איז א פרוי שטייט לעבן אים. האט ער געזאגט זי איז א ביין פון מיינע ביינער, און מען זאל איר גערופן ווערן א פרוי, ווייל זי איז גענומען געווארן פון א מאן. האט ער גערופן איר נאמען חוה, ווייל זי איז געווען די מאמע פון אלע לעבעדיקע. און גאט האט זיי געבענטש, און האט גערופן זייער נאמן אדם, אין דעם טאג וואס ער האט זיי באשאפן. און האט געזאגט פרוכפערט און מערט זיך, און פיל אן די ערד. און האט גענומען דעם מענטש און זיין פרוי און האט זיי געלייגט אין גן עדן, צוליב צו ארבעטן און היטן אים.
און האט זיי באפוילן פון די אלע בוימער פון דעם גן קענט איר עסן, אבער פון דעם וויסן בוים, עסט נישט פון אים, ווייל אים דעם טאג וואס איר וועט עסן פון אים, איר וועט שטארבן.
און נאך דעם וואס גאט האט זיי געבענטש און באפוילן, ער איז ארויפגעגאנגען פון זיי, און דער מענטש און זיי פרוי זיינען געזעסן אין גארטן, ווי דער גאט האט זיי באפוילן.