ספר הישר במדבר א ב ג ד

פֿון װיקיביבליאָטעק

הקדמה בראשית פרקים: א ב - ג - ד - ה - ו - ז - ח - ט - י - יא - יב - יג - יד - טו - טז - יז - יח - יט - כ - כא - כב - כג - כד - כה - כו - כז - כח - כט - ל - לא - לב - לג - לד - לה - לו - לז - לח - לט - מ - מא - מב - מג - מד - מה - מו - מז - מח - מט - נ.
שמות פרקים: א
ויקרא פרקים: ח ט י
במדבר פרקים: א ב ג ד
דברים פרקים: לא לב לד


אין דעם ערשטן טאג פון דעם צווייטן חודש (דאס איז חודש אייר) גאט האט גערעדט צו משהן אזוי צו זאגן: נעם אויף די צאל פון איטלעכן זכר פון די קינדער-ישראל, אזלעכע וואס זיינען אלט צוואנציק יאר און העכער, דו און אהרן דיין ברודער און די צוועלף נשיאי ישראל.

און זיי האבן אזוי געטאן. און משה און אהרן און די צוועלף נשיאים זיינען געקומען און געציילט די קינדער-ישראל אין מדבר סיני.
או די געציילטע פון ישראל צו זייער פאטערס הויזגעזינד פון צוואנציק יאר אלט און העכער זיינען געווען, זעקס הונדערט טויזנט און דריי טויזנט און פינף הונדערט מיט פופציק.

און די לויים זיינען נישט געציילט געווארן צווישן קינדער-ישראל זייערע ברידער.

און די צאל פון איטלעכן זכר פון קינדער-ישראל, אזלעכע וואס זיינען אלט געווען א חודש און ווייטער, צוויי און צוואנציק טויזנט און צווי הונדערט דריי און זיבעציק.
און די אלע געציילטע לויים פון איטלעכן זכר, פון אזלעכע וואס זיינען אלט געווען א חודש און ווייטער צוויי און צוואנציק טויזנט.

און משה האט געלייגט די כהנים און די לויים איטלעכן מענטש אויף זיין באדינונג און אויף זיין משא, צו דינען אין משכן ווי גאט האט באפוילן משהן.