ילקוט יהודה וירא ד

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

פרשת וירא: מפתח הפרשיות - - שער - - הקדמה - - עמוד: - א - - ב - - ג - - ד - - ה
פרשת וירא אין pdf דאקומענט


יאגדעס קלייבן (צדקה)

נישט ווייט פון ווילנא, איז געווען א גרויסער וואלד, צוויי רוסישע מייל קוואדראט. צו צוויי שותפים האט עס געהערט, ראובן און שמעון. פון אלע שטעטלאך פלעגען די פרויען זיך צוזאמען קומען קלייבן יאגדעס, ביי הונדערט יעדן טאג.

ראובן זאגט צו שמעון, מיין ליבער שותף, ווארום (= פארוואס) זאל זיין אונזער וואלד הפקר, ווען מיר זאלן מאכן אפילו צו צען קאפיקעס, פון א פרוי פאר דעם אריינגאנג, וואלטן מיר טויזענט טאלער געמאכט.

טאקע זאגט שמעון, זאג וואס קאנסטו טאן אז זיי וועלען נישט נעמען, וועלן נישט אריינגיין אין דעם ברעג, וועלן זיי אריינגיין אין אן אנדער זייט, דו קענסט נישט שטעלן היטער, מען זאל נישט אריינלאזן.

איך האב א פּלאן זאגט ראובן מיר זאלן יא אריינלזאן, מיר וועלן די ארבעטער געבן אויף שנאפּס, פארנאכט זעקס א זייגער זאלן זיי באוואכן דעם וואלד, און ווען זיי וועלן ארויסגיין, זאלן די ארבעטער צו נעמען אלעס וואס זיי וועלן אנקלייבן, איין מאל, און נאך א מאל, וועלן זיי שוין נעמען טיקעטס, און הויב דאס אן טאקע היינט.

איבער הונדערט זיינען טאקע אריין. צוועלף א זייגער קלייבן זיי זיך צוזאמען אלע אויף איין ארט, אזוי איז זייער שטייגער עפּעס צו עסן, אלע קערבלעך (= בעסקעטלאך) זייען דאן האלב פול, איינע האט אנגקליבן פינף טעפּ, איינע זעקס, און אלע אזוי. נאר איינע א וויכנע דוואשע, האט אין גאנצען א גלאז יאגדעס, האבן אלע ווייבער געמאכט א גרויסן געלעכטער, גיין אזא ווייט פון שטאט און גארנישט אנקלייבן, דאס איז א מאדנע פוילקייט, אלע האבן איר גערופן שליממזליניצע, זי איז פארשעמט געווארן און גארנישט געענטפערט. פארנאכט זיי האבן זיך צוזאמען געשריגן און באטראכט אז יעדע פון זיי האט צו אכט אדער ניין טעפּ יאגדעס, און וויכנע דוואשע האט דריי גלאז, האט מען געלאכט אויף וואס די וועלט שטייט, זי האט זיי אנגעקוקט, מאדנע ווילד וואס ווילד הייסט.

זיי זיינען נאר ארויס פון וואלד, זיינען זיי באפאלן די קאצאפּעס (קאצאפּ = א רוסישער עם הארץ) און צוגענומען פון ציפּן די זיבן טעפּ, און פון יענטן די אכט, און אזוי פון אלעמען, און פון וויכנע שליממזליניצע די פּאר גלעזער.

זיי זיינען אפּגעגאנגען נאר א פופציק טריט פון וואלד, זאגט צו זיי וויכנע דוואשע מיט א הויכן קול, א גאנצן טאג האט איר געלאכט פון מיר, אבער יעצט וועל איך צו אייך א ביסל רעדן, וועט איר דארפן פארדעקן אייערע פנימער פאר שאנדע, אין בעסקעט (= קערבלע) קריכן נישט אריין אליין די יאגדעס, מען מוז זיך גוט בייגן, און צו שטעכן די הענט, אייערע ביינער, און דער קרייץ איז גענוג צעבראכן ,מען מוז גוט שווער הארעווען ביז מען קלייבט אן אכט-ניין טעפּ פון יאגדעס, איך האב נישט צו זארגן, איך דארף נישט האבן קיין יסורים, וואס האט מען צוגענומען פון מיר אין גאנצן דריי גלעזער, אין ווערדע פון ניין קאפיקעס, אבער אייער איצטיקער פארדרוס, יעדער פון אייך האט געהאט פאר א פאר רובל ווערדע, און אייער מאטערניש, דאס איז גארנישט? און אייער געזונט? איך בין איצט געזונט. איך האב גאר נישט אנגעווארן, איצט לאך איך פון אייך, מיר גייען א היים אלע ווי מיר זיינען געקומען..

אבער הערט מיר נאך אויס, ווען איר דארפן די פאפּליקאציע באקומען, ווען איך וועל באלד לאכן פון אייך. איך האב זיך בארעכענט קלייבענדיג, טאמער איז דאס נישט הפקר וואלד, טאמער נעמט מען צו פון מיר, וואס איך האב אנגעקליבן, א קשיא אויף ט מעשה, האב איך געטאן אזוי, - ווען איך האב אנגעקליבן צוויי טעפּ, האב איך אריינגעשאטן אין דער טארבע ,אין דער רעכטער זייט, נאך צוויי טעפּ אין דער לינקער זייט אין טארבע, איר זעט אט איז דאס, דריי טעפּ, אט האב איך אינטער דער פּארטשיילע (טוך), איר זעט אייער שלים'מזל'ניצע, וויכנע דוואשע. און פאר זיי אין די אויגן אנגעשאטן א פולן בעסקעט מיט יאגדעס. נו, - וואס זאגט איר איצט צו אייער שלים'מזל'ניצע וויכנע דוואשע,– פון וועמען איז מער צו לאכען, פון מיר אדער פון אייך?

דער לאנגער שיינער משל איז אזוי: די וועלט איז דער גרויסער וואלד. (בבא מציעא) "העולם הזה דומה ליער", די נשמה איז אראפגעשיקט געווארן אין דעם וואלד, צו קלייבן יאגדעס, ד.ה. מעשים טובים, איינער קלייבט געלט, הייזער, פארמעגן, איינער מער, איינער ווייניקער, און דער וואס קלייבט ווייניג, אט דעם רופט מען שלומיאל, אפילו זיין ווייבל רופט אים שלומיאל, אויך ביי די קינדער זיינע האט ער א פנים פון א שלומיאל. אבער אז מען דארף ארויסגיין פון וואלד, פון דער וועלט, קומט אזא מין קאצאפּ פול מיט אויגן, ער נעמט צו דעם געלט, די הייזער און ברייזער און אים בלייבט מער נישט ווי די תכריכים, אבער לעבעדיקערהייט מיינען זיי אז דאס וועלטעלע איז א הפקר וועלטעלע.

אבער דער שלומיאל האט זיך געטראכט, אז דאס וועלטעלע איז נישט הפקר, דער וואלד איז טאקע צו קלייבן, אבער וואס טוט מען אז קאצאפּ, דער מלאך המות, איז מלא עינים, מיט א שרעקליכן אויסזען, און ער וועט צונעמען אלעס וואס ער האט געקליבן. טאקע – טא וואס וועט דאןזיין? וואס האט ער אויפגעטאן? בארעכענט זיך דער שלומיאל (אין די ציפּעס אויגן) שיט ער אראפּ א סאך אין אזא פּלאץ, וואו דער קאצאפּ זאל נישט קענען צונעמען פון אים ווען ער באפאלט אים, שיט ער אראפּ א שחרית, א מנחה, א מעריב, א פרק משניות, אין דער רעכטער זייט טאבע. די לוחות די ערשטע זייט איז לימין, בין אדם למקום, אין דער צווייטער זייט טארבע די לינקע זייט, בין אדם לחבירו, צדקה אלערליי, און אלעס בין אדם לחבירו, דאן פארשטייט מען זייער גוט, לאכט דער שלומיאל פון די יאגדעס קלייבער, די גרויסע - איר גייט אוועק מיט פּוסט און איך מיט פולן.