ילקוט יהודה וירא ג
פרשת וירא: מפתח הפרשיות - - שער - - הקדמה - - עמוד: - א - - ב - - ג - - ד - - ה
פרשת וירא אין pdf דאקומענט
דעם ארעמאנ'ס טענה צו א לעבל ברויט: - מיין טייערער ליבלינג, ביי מיר און ביי מיינע קינדער, ווילסטו ניט קומען, נאר צום גביר גייסטו?!
מיין פריינט! - זאגט דער לעבל ברויט צום ארעמאן – אז איך קום אריין צום גביר, פירט ער זיך מיט מיר מיט גרויס דרך ארץ, מען שניידט מיר שיינע שטיקלעך, שמירן מיר מיט פוטער, מיט אלערליי איינגעמאכץ, איך האב כבוד . . .
אבער אז איך קום אפטמאל אריין צו דיר, באפאלן מיר דיין ווייב און דיינע קינדער, מען רייסט פון מיר שטיקער, מען שלינגט מיר טרוקענע, אין איין וויילע בין איך שוין ניטא ,דעריבער וויל איך נישט קומען צו דיר...
דו האסט געעפענט א טיר פאר די עוברים ושבים, פאר די וועלכע פארן אהין און אהער, אברהם האט געדארפט זיך בעשניידן, האט ער זיך נישט געשעמט מיט דער מצוה, פאר "ממרא" אפילו, און האט זיך מיט אים דורכגערעדט ווי ער דאס טאן, ווי בעסער איז, אבער היינטיקע אז זיי דארפן תפילין לייגן, שעמען זיי זיך פאר א גוי. אברהם מיין קינד מיט דעם וואס דו האסט זיך נישט געשעמט פאר קיינעם, דערמיט - "אתה פתחת פתח לעוברים ושבים", האסטו אויפגעעפענט פאר די עוברים ושבים, פאר די ריייזענדע פאר אמעריקאנער פּעלדער, פאר סיילסלייט א. א. וו. – מען זאל זיך נישט שעמען פון צו טאן א מצוה, אדרבה זיי וועלן אים נאך מער גלייכן.
ווען א דאקטאר באטראכט א קראנקן, די ערשטע זאך קוקט ער אים אויפ'ן האנט, דעם פּולס, ווי דער פּולס קלאפּט. ווען מיר ווילן וויסן דעם געזונטן שטאנדפּונקט, פון דעם גייסטיקן צושטאנד, פון דעם מענטשן, באטראכטן מיר אויך זיין האנט, ווי זי קלאפּט, דאס הייסט ווי זי גיט צדקה... און די הארץ ווי זי איז.
די דורות וועלכע זיינען געווען פאר אברהם אבינו, האבן געמאכט פון מענטשן מלאכים, זיי זאלן נישט עסן, נישט טרינקען, ניט שלאפן. און חנוך קען דאס אונז איבערצייגן, ווי ער אי געווארן פון א מענטש מלאך.
און אברהם האט געמאכט פון מלאכים מענטשן. ער האט זיי אויסגעלערענט צו עסן, צו טרינקען. קלערט מיינע לעזער ווער איז בעסער, און אין וועלכן וועג איז גאט מער צופרידן? טויזענטע באווייזן אויף דעם, אז אברהם'ס וועג איז בעסער.
וישכם אברהם בבקר וגו', ויקח את שני נעריו אתו וגו', ביום השלישי וישא אברהם את עיניו וירא את המקום מרחוק,ויאמר אברהם אל נעריו שבו לכם פה עם החמור, ואני והנער נלכה עד כה.
א רב מפורסם איז געקומען אויף א שבת קיין בראד, דער רב איז געגאנגען באזוכן דעם גאון ר' שלמה קלוגער. דעם רב איז מיט געגאנגען א גרויסער עולם, פון זיין כבוד וועגן, אים צו באגלייטן. פרעג מר' שלמה, ווער זיינען די מענטשן, האט ער געענטפערט, דאס זיינען פרעמדע צו מיר, נאר זיי זיינען געגאנגען מיט מיר פון מיין כבוד וועגן.
האט ר' שלמה געזאגט, ניין! איך גלייך נישט קיין כבוד, נישט אזא כבוד, און נישט אנדערע, אזוי ווי איך אמאל געהערט בדרך הלצה, זאגט ר' שלמה, "וישכם אברהם בבקר ויקח את שני נעריו אתו", אברהם איז אויפגעשטאנען גאנץ פרי און מיטגענומען צוויי יונגען זיינע. מן הסתם דאן אויך געווען אזא מאדע, אבער וואס איז דערפון געווארן, - "ויהי ביום השלישי", עז איז שוין געווען דער דריטער טאג, "וירא את המקום מרחוק", האט ער געזען דעם ארט נאך גאנץ ווייט. אברהם האט עס אבער באלד פארשטאנען, "ויאמר אל נעריו שבו לכם פה עם החמור", זיצט אייך דא צוזאמען מיט דעם אייזל. און טאקע באלד, ווי ער האט אנגעהויבן נאר גיין אליין, "ויבאו אל המקום אשר אמר לו האלהים", איז ער באלד געקומען צום דעם פלאץ, וואס גאט ב"ה האט אים געזאגט, ודו"ק.