ילקוט יהודה וירא ב

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

פרשת וירא: מפתח הפרשיות - - שער - - הקדמה - - עמוד: - א - - ב - - ג - - ד - - ה
פרשת וירא אין pdf דאקומענט


ווי גרויס די מצוה פון הכנסת אורחים

והוא עומד עליהם.

דער צדיק פון פארשיסחא זאגט, אז דער וואס אז דער וואס איז מקיים מצוה פון הכנסת אורחים, איז ער זוכה אז ער איז מקבל פון הכנסת אורחים זייערע מדות. און דא האט אברהם אויך געקראגן זייער א גוטע מדה פון די מלאכים, און די מדה פון מלאכים איז צו זיין עומדים, די מדה פון מענטשן צו זיין "הולכים".

ביידע מדות, איז יעדע פון זיי האט א מעלה מיט א חסרון: די מעלה פון מלאכים – "עומדים", איז די מעלה זיי קענען נישט זינדיקן, זיי שטייען אין איין פלאץ. און דער חסרון איז זיי קענען זיך נישט ארויפארבעטן צו א העכערן.

די מעלה פון הולך איז, דאס די מענטשן קענען זיך ארויפארבעטן, העכער און העכער, וואס די מלאכים די עומדים, קענען עס נישט. אבער דער חסרון איז פון די מעלה הולך, דאס די מענטשן קענען אראפּפאלן נידריק, צוליב זינד, ח"ו.

דאס זאגט די תורה "והוא" און ער, אברהם, האט געקראגן די מעלה "עומד" פון די אורחים זיינע, ער זאל נישט פאלן פון זיין מדרגה, איז דאך אבער א חסרון, וואס ער קען נישט העכער ווערען,ווי באלד ער איז א "עומד", ניין - עליהם, ער איז איבער זיי, ער איז העכער,די מדרגה הולך, האט ער אויך...

קוילן זייערע קינדער

א גרויסער וואונדער: אברהם אבינו האט געפירט זיין זון צו דער עקדה, און האט אים נישט געקוילט. קלאגן מיר דארויף זייער פיל. און יעצטיגע צייט, קוילן עלטערן אפּ זייערע קינדער מיט זייער נארישן דערציאונג, און עמעצער זאל דאס גאר א טרער לאזן, ודו"ק היטב.

* * * * * * *

וד' פקד את שרה ויעש ד' לשרה כאשר דבר, מה ויעש שהוסיפה על המאורות, כתיב הכא ויעש, וכתיב התם ויעש ד' את שני המאורות הגדולים וכו', (מדרש וירא).

וואס איז דאס געמיינט, ער האט איר געמערט אויף די ליכט, די זון און לבנה? דער פסוק זאגט, "השמים מספרים כבוד אל וגו', אין אומר ואין דברים בלי נשמע קולם" פריער זאגט ער די הימלען דערציילן דעם כבוד פון גאט, און גלייך נאכדעם זאגט ער "אין אומר ואין דברים", נישט זיי זאגן, און נישט זיי רעדן, ביידע זאכן נישט.

נאר באמת טאקע זאגן די ספרים, אז נישט זיי זאגן, זיי רעדן, דער כח הדבור איז געגעבן געווארן צום מענטשן, אבער נישט קיין בריאה. נאר דאס מיינט אז דורך די הימלען און אלע מזלות, דערציילן די מענטשן דעם כבוד אל, פון טזט הערלעכע בריאה, פארשטייען די מענטשן פון גאט דעם באשעפער. "השמים" די הימלען "מספרים" דערציילן, זיי מאכן דערציילן, א "פועל יוצא" - זיי מאכן אז די מענטשן זאלן דערציילן "כבוד אל" - אבער צו די הימלען אליין איז - "אין אומר ואין דברים בלי נשמע קולם", עס ווערט נישט געהערט זייער שטימע, דאס זעלבע דורך די צדיקים ווערט באוואוסט כבוד מער, פיל מער, וי דורך די הימלען און גאנצע צבא השמים אויף די הימלען, מיט אלע פּלאנעטן, דורך די צדיקים און כלל ישראל, איז מען גבר די גבורות ד'.

דורך אברהמ'ס סבות, וועלכע ער האט מיט געמאכט: קאלאך אויוון און אזוי ווייטער, "מלחמת מלכים" און דער עיקר וואס הקב"ה האט משנה געווען מיט זיי דעם גאנצן "סדר בראשית", א ניינציג יעהריגע זקנה, פאר צרה'טע, פארטריקענטע, האט א קינד געבוירן. און אזוי איז דער גאנצער כלל ישראל, אז דער שוואכער שעפסעלע עקזיסטירט צווישן אזוי פיל לייבן, בערן, טיגערעס און אזוי ווייטער, זעט די גבורות ד'?

דאס זאגט דער מדרש "וד' פקד את שרה" און גאט האט באפעלט שרה'ן מיט א קינד, דערמיט "ויעש ד' לשרה" האט גאט געמאכט צו שרה'ן, פרעגט דער מדרש וואס באדייט דער "ויעש ד' לשרה" אז ער זאגט פריער "וד' פקד את שרה" – און וואס איז דער אויסדרוק ויעש?

ענטפערט דער מדרש אין א פּאר בריליאנטענע ווערטער, "שהוסיפה על המאורות", דער "ויעש" באווייזט, מיט אזא נס וואס גאט ב"ה האט געמאכט צו שרה'ן האט ער אויף איר געמערט, נאכמער, ווי די זון מיט דער לבנה און שטערן וואס פון זיי איז דאך דער מענטש באגייסטערט, און זיי דערציילן דאך, און מאכן דערציילן גבורות ד', אבער ווי פריער געזאגט, אבער דאך, זיינען פאראן כופרים וואס זיי זאגן עולם כמנהגו נוהג, עס איז אלעס נאטור און דאס אלעס. אבער דער נס פון שרה און אברהם, איז מער וואונדער ווי די פּלאנעטן דערציילן, אלע זעען דעם נס, אויך מיט די יידן, וואס ער מאכט מיט זיי נסים ונפלאות, איז פון דעם גרעסער דער וואונדער ווי פון די מאורות, "שהוסיפה על המאורות", פון די וואס "השמים מספרים כבוד אל". איצט קוקט איין אין מאמר "כתיב הכא ויעש וכתיב התם ויעש את שני המאורות.

* * * * * *

פון וואנען קומט אמערסטן ראק קראנקהייט (קענסער)? ראק מען לויפט, ראק מען פליט, ראק נישטא, ראק קיין צייט נישט, ראק מען מוז, ראק מען דארף, רק אין יראת אלהים במקום הזה, ראק עס פעלט, ראק מען ארבעט טאג און נאכט – קומט דערפון דער ראק.