לדלג לתוכן

השארת הנפש חלק הקרבנות פרק ט

פֿון װיקיביבליאָטעק

השארת הנפש חלק הקרבנות פרקים: - - א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו - - ז - - ח - - ט
צוריק צום ספר השארת הנפש


מיינע ברידער, איך האב געשריבען אז די קרבנות איז געווארען בטל נאר אין פשט, אבער די תודה האט גאט געגעבען צו לערנען אין פרד"ס: פשט, רמז, דרוש, סוד. דאס איז א געטלעכער כח. ווען עס ווערט בטל די מצווה אין פשט ווערט זי געטאן אין רמז אין סוד.

30 מאל איז געשריבען אין דער תורה אשה ריח נחח לה', איין נחת רוח צו גאט פון די קרבנות מערער ווי פון אלע מצוות. די תורה האט רמ"ח מצוות 248 , עס פעלען פולע מצוות אין גלות, איז דאך די תורה געווארען א בעל מום. אבער אין דער תורה, די געטלעכע פרינצעסין, די בת מלכה, זאגט שלמה המלך אין שיר השירים, כלך יפה רעיתי ומום אין כך, דוד המלך זאגט תורת ה' תמימה משיבת נפש. אז א מצוה איז געווארען בטל אין פשט איז מען די מצוה מקיים על פי סוד, האבען די ווערטער אן אנדער טייטש. גאט זאגט צו משה: אדם כי יקריב מכם קרבן להק, מיינט דאס נאהענט, אז דער מענטש זאל צוגיין נאהענט צו גאט, ווי א פאטער רופט צו זיך זיינס א קינד ער זאל זיין נאהענט צו איהם ביז רוח הקודש. דער ווארט יקריב איז טייטש נאהענט. ווען אברהם איז געקומען קיין מצרים שטייט דער ווארט הקריב, ווען פרעה האט גענאהענט צו די אידען ביים ים שטייט דער ווארט הקריב. מיר זאגען אין אשרי קרוב ה' לכל קוראיו, גאט איז נאהענט צו אלע רופער, די וואס רופען איהם מיט אן אמת.

וירם קרן לעמו לבני ישראל עם קרובו, איז גאט נאהענט צו זיינע פרומע פון די ישראל. אז א מענטש האט א שמחה רופט ער אלע קרובים, אלע נאהענטע פריינט. דאס מיינט די תורה, אדם כי יקריב מכם דער מענטש זאל ווערען נאהענט צו גאט, ער זאל האבען רוח הקודש, עס איז א באוואוסטע זאך, ווען גאט האט באשאפען די וועלט האט ער געלאזען זייןמהשבה מיט זיין דבור זאלען לויפען איבער דער נאנצער וועלט. זיין מחשבה איז אריין אין אלע ברואים פון דעם גאנצען באשאף. די מקובלים רופען דאס ניצוצים, פונקען פון דער שכינה איז פאראן אין אלע ברואים, אז דער צדיק עסט, טרינקט, טוט משא ומתן, האנדלט, אדער טוט א מלאכה, אן ארבעט, אז ער טוט דאס על פי התורה, נעמט ער ארויס דעם ניצוץ, דעם פונק, וואס גאט האט אריינגעווארפען במעשה בראשית. דער צדיק מיט דעם דינען גאט שיקט ער ארויף צום הימל די אלע הייליגע ניצוצים, פונקען פון דער שכינה, פון עסען, פון טרינקען, שלאפען. ארבעטען און ביזנעס. אין אלע בעלי חיים זיינען פאראן ניצוצים. דאס איז די מצוה לקט.

די תורה האט געזאגט אז דו זאלסט ניט פיינט האבען דיין ברודער אין דיין הארצען. אבער אז דיין ברודער האט דיר געטאן א רעה, הן אין געלט, הן אין געזונט, הן אין כבוד, און עס איז געבליבען ביי דיר אין הארצען א שנאה, זאגט די תורה, אז דו זאלסט די שנאה פארגעסען. פארקערט, ואהבת לרעך כמוך אני ה'. די מצוה רופט זיך שכחה, פאה, פון די תבואה פון דעם פעלד, איין ברעג פון דעם פעלד פאר די ארעמע לייט. יעצט איז דאס אין כלל פון צדקה אבער דער ווארט פאה בגיטטרי' אלהים 86 , אין להם שעור, דער מענטש קען דערלאנגען ביז רוח הקודש, אבער ניט ווייטער. בכורים די ערשטע מחשבה, דער ערשטער דבור אין דער פריה נאך דער נאכט דארף דער מענטש בריינגען צו גאט. די אלע מצות לקט, שכחה, פאה, בכורים זאגט די תורה לעני ולגר תעזב אותם, איבערלאזען פאר דעם עני, דאס איז דער יצר טוב, עד רופט זיך עני אין (קהלת). דער גר דאס איז די נשמה, זי איז א גר אויף דער וועלט, דוד המלך זאגט, ער איז א גר אויף דער וועלט.

בכורים איז אמאל געווען די ערשטע פירות פון די בוימער האט מען געבראכט אין ירושלים, דאס איז על פי פשט, אבער על פי סוד איז, אז דער מענטש כאפט זיך אויף פון זיין שלאפען אין פריה, דארף ער ברענגען זיין ערשטע מחשבה. זיין ערשטען דיבור צו רעדען דארף זיין צו גאט, דאס מיינט די אמת'ע בכורים. לקט די אלע ניצוצים די פונקען פון דער שכינה, וואס גאט האט אריין געווארפען אין אלע ברואים, דארף דער מענטש אפקלייבען פאר גאט. אין די אלע זאכען מעשה בראשית איז פאראן פונקען פון קדושה אין די עסענס טרינקען איז א קדושה, דאס הייסט לקט, שכחה צו פארגעסען די שנאה אויף א מענטשען וואס האט אייך געטאן א רעה אין געלט אדער אין כבוד, אז מען איז איהם מוחל דאס הייסט די מצות פון שכחה פארגעסען, פאה בגיטטרי' אלהים 86 אין להם שעור דאס הייסט אין השגת אלהות איז ניטא קיין שיעור, והראיון דאס איז צו זעהן די שכינה ווי איהר זעהט. מיינע ברידער איז די אלע מצות על פי הסוד פאראן אין אלע צייטען, אין יעדען דור איז פאראן אזעלכע מענטשען וואס זיינען מקיים די אלע מצות צו ברעננען די אלע מצות אין ירושלים דאס איז 2 ווערטער יראה שלום א גאנצע יראה יראת הרוממות.

שלמה המלך זאגט אין קהלת : עם איז פאראן א קליינע שטאדט מיט א ביסעל מענטשען, דאס איז דער גוף מיט די אברים. איז געקומען א שטארקער מלך האט באלאגערט די שטאדט מיט זיינע סאלדאטען, דאס איז דער יצר הרע מיט זיינע נארישע תאוות עולם הזה. איז געווען א חכם א קינד האט ער באפרייט די שטאדט פון דעם שטארקען מלך. דאס איז דער יצר טוב. מיט תשובה ומעשים טובים קען דער מענטש קומען ביז רוח הקודש. דער מענטש איז באשאפען געווארען מיט דער נאטור פון אלע חיות, בהמות, עופות. מיט אלע יסודות אש, רוח, מים, עפר. די נשמה איז פון הימעל העכער פון די מלאכים, דער גאנצער באשאף פון דער וועלט האבען געגעבען א חלק אין דעם מענטשען זיי האבען אינוועסטירט זייער קאפיטאל. זיי האבען געקויפט שערס אין דעם מענטשען. אז דער מענטש איז א צדיק טוט ער א טובה גאנצער וועלט, ווייל די גאגצע בריאה האט אין דעם מענטשען א חלק. אז דער מענטש איז א צדיק איז ער מעלה אלעמען אויף יעקב אבינו'ס לייטער, אבער ער דארף ברענגען קרבנות צו גאט מן השור, מן נפש הבהמה. דער יצר הרע איז די בהמה. דער גוף וויל אלעס טאן וואס די בהמה טוט. דער חסרון פון אן אקס איז, ער איז א גרויסער בעל תאווה. ער איז זייער היציג צו תאווה, מעהר פון אלע חיות. דערצו איז ער נאך א בעל גאווה מיט זיינע הערנער קען ער שטעכען דעם צווייטען. דער מענטש וואס ער האט דעם חסרון פון תאווה פון גאווה זאל ער מקריב זיין פאר גאט זיינע שלעכטע מדות תאווה און גאווה. ער דארף מקריב זיין דעם קרבן פון דעם שור, פארברענען זיינע שלעכטע מדות אויף דעם מזבח, דאס מיינט תשובה. אויך איז פאראן א מענטש, ער טוט אלע שלעכטע זאכען צו גאט און צו לייטען, בעזות מצה מיט גרויס חוצפה, עזות פנים לגהנום ער דארף טאן תשובה. דער קרבן רופט זיך מן העזים – עזות – פנים. ער האט ניט קיין בושה קיין שאנדע ער ברענגט זיין קרבן מן העזים. עס איז פאראן א מענטש וואס ער טוט אלע שלעכטע זאכען אין דער שטיל. ער איז בטבע א שטילער מענטש, שטילערהייט איז ער אבער עובר אויף כל התורה, ווייל ער קען ניט אן שרייען אויף דעם יצר הרע, מען דארף האלטען מלחמה מיט דעט יצר הרע, אבער ער איז פון דער נאטור א שטילער מענטש, ער קען ניט קעמפען מיט'ן יצר הרע. ער דארף טאן תשובה, פארברענען זיינע שלעכטע מעשים. דער קרבן רופט זיך מן הצאן תקריב את קרבנכם. עס איז פאראן אפיקורסות, ער איז פול מיט שלעכטע מחשבות וועגען גאט און די תורה, ער זאל תשובה טאן פארברענען זיינע שלעכטע מחשבות. דאס איז ואם מן העוף עלה קרבנו לה' תקריבו את קרבנכם. ווייל דער מענטש איז צוזאמען געשטעלט פון אלע חיות בהמות און עופות, האט ער אלע חסרונות פון אלעמען.

די קרבנות זיינען ניט געווארען בטל. ביי די קרבנות זיינען געשריבען אין דער תורה 30 מאל אשה ריח ניחח לה'. אבער די קרבנות פון דעם שור בהמה כבשים, מן העזים, תורים, יונה, על פי פשט איז געווארען בטל, די אלע נביאים האבען געשריבען אז גאט האט פיינט די קרבנות, אבער עס זיינען געבליבען אלע קרבנות על פי הרמז והסוד. אדם כי יקריב מכם קרבן לה' איז דער טייטש ער זאל צוגעהן נאהענט צו גאט מיט תשובה טאן פארברענען דאס שלעכטס. 30 מאל זאגט די תורה אשה ריח ניחח לה', דאן קומט דער מענטש צו רוח הקודש, ער טרייבט ארויס פון זיך די אלע שלעכטעס פון די חיות בהמות עופות. דאס זאגט די תורה ובערת הרע מקרבך (שופטים), דאן איז דער מענטש א נחת רוח פאר גאט. דערפאר דארף א איד דאוונען מיט א העט (= הוט) אויף זיין קאפ, ווייל א קינד נעמט ניט ארונטער זיין העט פון זיין קאפ פאר א פאטער. מיר זאגען אבינו מלכנו און גאט רופט אונז בנים אתם לה' אלהיכם, אבער די אומות העולם האלטען גאט פאר א פאריץ, פאר א האר, דערפאר שטייען זיי ביי זייערע תפילות אן העטס, זיי דענקען אז גאט איז א פאריץ דארף מען שטעהן פאר איהם אן א העט, אבער מיר האלטען זיך פאר קינדער. דער פאטער מיט דעם קינד קומען צוזאמען. די נשמה איז א קינד פון די גאטהייט, ער איז דער אדם הנסתר, ער איז דער בעסטער מענטש אין דער גאגצער וועלט. ער איז א קרבן שלמים, גאגץ מיט גאט גאנץ מיט לייטען, דער אדם הנסתר אבער ער קען ניט צוזעהן אלע שלעכטעס פון דער וועלט, ער איז ווי אין פריזאן (= טורמע) געצוואונגען צו זיין אויף דער וועלט. ער קען קיין שלעכטעס ניט פארטראגען. דאס האט געזאגט שלמה המלך ע"ה ותשחק ליום אחרון. ער פרייט זיך מיט דעם לעצטען טאג פון דעם נארישען לעבען פון הבל הבלים.

תם ונשלם חלק הקרבנות שבח לאל בורא עולם.