השארת הנפש חלק הקרבנות פרק ו
השארת הנפש חלק הקרבנות פרקים: - - א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו - - ז - - ח - - ט
צוריק צום ספר השארת הנפש
לאמיר פארשטיין פארוואס איז געווארען בטל די קרבנות? ווי באלד אז מיר בעטען אין אלע תפלות צו האבען די מצוה פון די ק ר ב נ ו ת איז דאך באוייז אז עס איז געווען א גוטע זאך, איז א פראגע פארוואס איז געווארען בטל? אלע מצוות זיינען געבליבען, די קרבנות פעלען, און די נביאים מיט דעם רמב"ם באווייזען, אז גאט האט פיינט די קרבנות. לאמיר פארשטיין מיט א טשל. עס איז געווען א גוטער קעניג, האט ער געהייסען זיין ארכיטעקט ער זאל בויען א האספּיטאל (= שפיטאל) פאר די סאלדאטען, ער וועט זעצען דארטען א גוטען דאקטאר טיט די בעסטע מעדיצין, ווען א סאלדאט וועט ווערען קראנק וועט ער קומען אין דעם האספּיטאל. דער גרויסער פראפעסאר מיט די גוטע מעדיצין וועלען דעם סאלדאט היילען זיין קראנקהייט. דער קעניג האט גערעדט מיט דעם ארכיטעקט 25 מאל אז ער זאל בויען דעם האספיטאל פאר די סאלדאטען. 30 מאל תאט דער קעניג געזאגט, אז דאס וועט אים ברעגגען א נחת רוח, אז ער וועט זען זיינע סאלדאטען אלע געזונטע. דער ארכיטעקט האט געטאן דעם ווילען פון רעם קעניג. אין א צייט שפּעטער האט דער קעניג געשיקט זיינע ארעסטאנטען זיי זאלען צעווערפן דעם האספּיטאל מיט די אלע מעדיצין. זיי האבען אלעס פארניכטעט, פארברענט. זיינען די סאלדאטען געקומען פרעגען פארוואס מען האט פארניכטעט דעם האספּיטאל. די באדינטע פון דעם קעניג האבען זיי געענטפערט, אז דער קעניג האט קיינמאל ניט געהייסען בויען א האספּיטאל פאר די סאלדאטען. די באדינטע פון קעניג האבען אנגעלייקענט, אז ער האט קיינטאל ניט געהייסען בויען דעם האספּיטאל. ביי א בשר ודם קען טרעפען, אז ער האט חרטה, ער מאכט אמאל א טעות, ווייל ער ווייסט ניט פריער וואס עס קען טרעפען שפּעטער. דער אמת איז געווען, אז די סאלדאטען האבען זיך פארלאזען אויפן דאקטאר מיט די גוטע רפואות פון דעם האספּיטאל, האבען די סאלדאטען געגעסען געטרונקען, געשיכורט, זיינען זיי געווארען גרויסע חולאים. זיי האבען זיך ניט געהיט פון קיין זאך. האט דער קעניג איינגעזען זיין טעות וואס ער האט געמאכט, האט ער געהייסען אלעס פארניכטען, זאלען די סאלדאטען זיך היטען מיט אלע זאכען, וועלען זיי זיין געזונט.
מיינע ליבע ברידער, דער נמשל איז. די אידען אין מצרים זיינען געווען קראנק אויף די נשמות, האט זיי גאט געגעבען די תורה, דאס איז דער דאקטאר, דער פראפעסאר, דערנאך זאגט גאט צו משה: מאך א האספּיטאל, דאס איז דער אוהל מועד. די רפואות, דאס זיינען די קרבנות. חטאתי, עויתי, פשעתי, פאר אלעס איז דער קרבן מכפר. א גוטער האספּיטאל מיט גוטע מעדיצין. האבען די סאלדאטען זיך ניט געהיט פון קיין שום עבירה, עבודה זרה וגילוי עריות ושפיכת דמים האט גאט געשיקט די שלעכטע גויים, פארדארבענע מענשען, זיי האבען חרוב געמאכט דעם בית המקדש, דעם מזבח מיט אלע קרבנות, פארטריבען די אידען אין גלות. פאר דעם עוון פון שנאת חנם ליידען מיר אלע צרות אין גלות. האב איך געפרענט א פראגע א טעות קען זיין ביי א בשר ודם, אבער כיי גאט איז ניטא קיין טעות, קיין חרטה. לא איש אל ויכזב, ובן אדם ויתנחם, ההוא אמר ולא יעשה ודבר ולא יקימנה (בלק). אבער יעצט בלייבט די פראגע פארוואס האבען די נביאים געזאגט, אז גאט וויל ניט קיין קרבנות? דער אמת איז, אז גאט האט גערעדט צו משה 25 מאל, אז ער וויל האבען די קרבנות, 30 מאל איז געשריבען אין דער תורה אשה ריח ניחח לה', א נחת רוח פאר גאט.
די נביאים האבען געזאגט אז ער וויל ניט קיין קרבן. דער רמב"ם זאגט, אז מען האט געוואלט אפּציען די אידען פון דער ע"ז, דאס איז דער טעם פון בטול הקרבנות.
אבער דער מחבר פון דעם ספר השארת הנפש פרעגט איין טיפע פראגע. די תורה האט גאט געגעבען צו די אידען בגדר אשה, די תורה רופט זיך ברתה דמלכא, בת מלך. מיט רמ"ח מצוות עשה די קרבנות זיינען אין כלל פון די רמ"ח מצוות, אבער אז עס זיינען געווארען בטל קרבנות, פעלט א סך מצוות, ווערט די תודה איין בעל-מום, אזוי ווי איין מענטש, אז עס פעלט אים אן אבר. חסר אברים איז מען דאך א קריפּל, די תורה האט גאט געגעבען צו די ישראל בגדר אשה, שנאמר וארשתיך לי לעולם, וארשתיך לי בצדק ובמשפט ובחסד וברחמים, וארשתיך לי באמונה וידעת את ה'. גאט זאגט צו ישראל, איך האב דיך פארקנסט צו מיר אויף אייביג מיט צדק מיט משפט, מיט חסד מיט רחמים מיט אמונה, דו זאלסט פארשטיין דיין גאט. ווי איך האב געשריבען אין טיין ספר שנים אוחזין בטלית אז די תורה האט גאט געגעבען צו ישראל בגדר אשה, ווי איין מאן מיט א ווייב. אז דער מאן איז דער ווייב געטריי, דערציילט די ווייב דעם מאן אלע אירע סודות און די סודות פון איר פאטער, דאס איז אלץ, אז ישראל איז א גוטער מאן. אבער אז ר' ישראל איז איין פאלשער מאן צו זיין ווייב, דאן טרייבט זי איהם ארויס פון איהר הויז. דאס איז די הייליגע תורה. אויב ר' ישראל איז גוט צו דער תורה און צו די מצוות, דאס זיינען די קינדער, וואס ער האט מיט דער תורה, ער איז א געטרייער מאן, מיט מסירות נפש, דאן לערענט דער מאן ר' ישראל די סודות, דאס זיינען ספרים פון קבלה, דער איז משיג רוח הקודש, דאס איז דער אדם הנסתר, אבער ער ווייסט אלע סודות פון דער גאטהייט. אבער אויב ער איז א פאלשער ישראל, מיט שלעכטע מידות, ער איז פון די 4 כתות חשמ"ל שאין מקבלין פני השכינה: כת חנפים, כת שקרנים, כת מלבין פני חבירו ברבים, כת לצים. דאס זיינען די 4 כתות, וואס זעען ניט די שכינה (סנהדרין, דף ק"ג), (סוטה דף ט"ב), דאס איז אלץ אין כלל פון לשון הרע, די אלע 4 כתות פארדארבען דעם ברית הלשון ועל ידי כן פוגמין בשם של ארבע אותיות הויה, לכן אלו אינם מקבלים פני השכינה.