לדלג לתוכן

השארת הנפש חלק הקרבנות פרק א

פֿון װיקיביבליאָטעק

השארת הנפש חלק הקרבנות פרקים: - - א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו - - ז - - ח - - ט
צוריק צום ספר השארת הנפש


מיינע ברידער איך וויל בעזר ה' יתברך מגלה זיין די סודות פון די קרבנות, די סודות פון רוח הקדש, די סודות פון השארת הנפש. ווייל מיר זאגען ותן תלקנו בתורתך יעדער מחבר האט אין דער תורה איין באזונדער חלק וואס ער דארף ארויס געבען פאר דער וועלט. מיך האט גאט באשאפען, אז איך זאל שרייבען דעם ספר "שנים אוחזין בטלית" און דעם ספר "השארת הנפש". קיינער האט דערפון ניט געשריבען ביז יעצט, ווייל צו שרייבען אזעלכע סודות דארף מען האבען א צובראכענע הארץ א לב נשבר. עם איז שוין איבעך 60 יאהר אז איך לייד יסורים מיט גרויס צער פון אלע זייטען דערפאר האב איך דעם זכות פאר מיינע יסורים צו שרייבען די גרעסטע סודות פון דער הייליגער תודה די סודות הקדבנות ביז רוח הקודש ביז נבואה.

מיינע ברידער, איך האב פאר אייך מיט גאט'ס הילף געשריבען דעם ספר "השארת הנפש" צו באווייזען, אז יעדער מענטש קען זיין געטליך ביז רוח הקודש. גאט האט דעם מענטשען צוזאמען געשטעלט פון דעם גאנצען באשאף פון דער וועלט, חלקים פון אלע חיות בהמות און עופות. דער מענטש רופט זיך עולם קטן.

פיער מינים עופות איז פאראן אויף דער וועלט צו לערנען פון זיי א מוסר השכל. התרנגולים - די הענער, האוזים - די גענז וואס שווימען אויף דעם וואסער. הצפורים - די פויגלען וואס פליען אין דער לופטען. הנשר (נשרים המלך שבעופות) דער אדלער, דרך הנשר בשמים ער פליט אין דעם הימעל. אלע עופות האבען פליגלען ניט אלע האבען דעם תכלית פון די פליגלען, דער מענטש האט אויך 2 פליגלען : דעם כח הדמיון מיט דעם כה השכל, ניט אלע קומען צום תכלית. די טבע פון דער תרנגלת איז צו פּיקען אין מיסט און אין שמוץ צו קלייבען ווערים, און זי היט איהרע קינדער ווי א געטרייע מוטער, זי גיט די קינדער די זעלבע לעהרע ווי זי טוט אליין.

דער מענטש זעהט אלעס, פרעגט ער ביי דער תרנגולת צו וואס האט דיר גאט באשאפען פליגלען, כדי דו זאלסט זיך אויפהויבען העכער פון דער ערד, דו זאלסט ניט ליגען אין מיסט מיט דיינע קינדער, דו טויגסט אויף כפרות - ערב יום כפור שלאגט מען מיט דעם האן מיט דער הון כפרות, מען זאגט דריי מאל בני אדם, דאס מיינט די וועלט ער קוקט ווי א האן אין בני אדם, יושבי חושך וצלמות, די הון האט פליגלען זי הויבט זיך ניט אויף פון דעם מיסט פון דער ערד. דער מענטש האט פליגלען דער שכל מיט דעם כח הדמיון ער זאל זיך אויפהויבען פון דער ערד פון דעם מיסט מיט זיין שכל, אבער ער נעמט ניט קיין מוסר השכל פון דער תרנגולת, איז ער דער בני אדם יושבי חושך. הער מיין ברודער זיי ניט ווי די הון זי פּיקט אין די מיסט און קלייבט די ווערים פאר איהרע קינדער, גאט האט דעם מענטשען געגעבען 2 פליגלען דעם כח הדמיון מיט דעם כה השכל, ער זאל זיך אויפהויבען פון דעם ערדישען לעבען, מיט זיין שכל קען ער ווערען געטליך ווי אלע נביאים, ער דארף ניט לעבען אין דער פינסטער. די תורה מאכט דעם מענטשען ליכטיג זיין נשמה ער קען אלעס וויסען פון די הימעל זאכען.

יעצט קומט די אוז, די גאנז, זי שווימט מיט איהרע פליגלען אויף דעם וואסער מיט איהרע קינדער זי לערענט די קינדער שווימען אין וואסער. א מוסר השכל פאר דעם מענטשען צו לערנען תורה - מצות מיט די קינדער, די תורה איז געגליכען צו וואסער (ישעיה נ"ד) הוי כל צמא לכו למים - וזה התורה, ונאמר לא ימוש התורה הזה מפיך, נאך זאגט די תורה ושננתם לבניך ודברת בם, די גאנז לערענט דעם מענטשען א מוסר השכל צו לערנען תורה וואס זי איז געגליכען צו וואסער.

יעצט קומען די צפרים די פויגלען און געבען דעם מענטשען א מוסר השכל. די פויגעל מאכט איהר נעסט אויף א בוים גאנץ הויך, אז קיינער זאל איהר ניט קענען פאנגען. דאס גלייכען דער מענטש מיט דעם יצר הרע, ער וויל פאנגען דעם מענטשען אין זיין נעץ, דארף דער מענטש מאכען זיין נעסט אויף דער תורה וואס זי הייסט עץ היים היא למחזיקים בה אנטלויפען פון דעם יצר הרע (קדושין, דף ל') הקב״ה אמר להם לישראל בני בראתי יצר הרע ובראתי לו תורה תבלין אם אתם עוסקים בתורה אתם מושלים בו שנאמר ואתה תמשל בו, ווי די פויגעל האט פליגלען אזוי האט דער מענטש 2 פליגלען, דעם כח הדמיון מיט דעם כח השכל ער זאל זיך קענען אויפהויבען פון חיים הגשמי פון מיסט פון דעם ערדישען לעבען צו א לעבען פון רוחניות מיט דער תורה.

דער גרעסטער מוסר השכל קומט פון דעם נשר פון דעם אדלער, דרך הנשר בשמים, ווען גאט האט געוויזען דעם נביא יחזקאל די מעשה מרכבה (ודמות פניהם פני אדם, פני אריה, פני שור ופני נשר לארבעתן) גאט האט געוויזען דעם נביא, אז דער מענטש האט דעם כח פון אריה, פון דעם שור, פון דעם נשר, אז דער מענטש קען פליען אין הימעל מיט זיין קראפט וואס ער באזיצט. דער כח פון דעם נשר דעם אדלער, דאס איז די מחשבה פון דעם מענטשען, ווען גאט וויל באווייזען אז דער מענטש האט אין זיין קראפט צו קומען צו נבואה. (פרשת יתרו, ביי מתן תורה) ומשה עלה אל האלהים וקרא אליו ה' מן ההר לאמר, כה תאמר לבית יעקב ותגיד לבני ישראל אתם ראיתם אשר עשיתי למצרים ואשא אתכם על כנפי נשרים ואביא אתכם אלי, ווען די תורה דארף באווייזען א הויכע מדרגה שטעלט זי פאר א נשר א אדלעד מיט שטארקע פליגלען. ווען מען טוט אן דעם טלית זאגט מען דיזע ווערטער : והטלית יפרוש כנפיו עליהם ויצילם כנשר יעיר קנו על גוזליו ירחף. דער גרעסטער מענטש מענטש רופט זיך גשר הגדול, ווי דער רמב"ם ע"ה.

אלע האבען פליגלען די הון, די גאגז, די פויגעל דער אדלער, אזוי זיינען די מענטשען יעדערער האט 2 פליגלען : דער כח הדמיון דער כה השכל, עס איז פאראן א מענטש ווי די תרגוגלת פּיקט פון די מיסט אן אמונה אן תורה. עם איז פאראן א מענטש ווי די גאנז אויף דעם וואסער ער איז אין דער ליין פון דער תורה. עם איז פאראן א מענטש וואס ער מאכט דעם געסט אויף דער תורה ווי די פויגלען. עם איז דא א מענטש ווי דער אדלער פליט אין הימעל א בעל רוח הקודש.

שלמה המלך זאגט כשושנה בין החוחים כן רעיתי בין הבנות. כשושנה ווי א רויז ווי א בלום בין איך צווישען די דערנער. די תורה שטעלט פאר ווי דער צדיק האט צו ליידען פון דעם רשע אויף דער וועלט. 2 רשעים איז פאראן אויף דער וועלט אויף דעם צדיק צו פלאגען. אנטקעגען יעקב'ן איז געווען עשו און לבן. עשו איז אן אדמוני א רויטער א בלוטדורשטיגער הלעיטני נא מן האדם האדם הזה. עד וויל פון יעקב'ן צונעמען זיין געזוגט זיין געלט, אבער יעקב האט שכל ווי זיך צו היטען פון עשו. אבער לבן הארמי וויל פון יעקב צו נעמען אלעס. זיין געלט, זיין געזוגט, זיינע קיגדער, ער איז פיעל ערגער פון עשו, ווייל עשו איז א רויטער מיט שנאה פון בלוט קען מען דערקענען די רויטקייט. אבער לבן הארמי איז א ווייסער, לבן איז דער טייטש ווייס. קיין פלעק, קיין פארדאכט איז ניטא אויף איהם, מען דארף זיין זעהר קלוג. צו האנדלען מיט א לבן איז נאך ערגער ווי צו האנדלען מיט עשו. מיינע ברידער היט אייך פון לבן הארמי ער איז א קלוגער רמאי, ער טוט אלע שווינדלען אבער ער איז א ווייסער, ער האט ניט קיין פלעקען, ער איז אימער גערעכט, אבער אין דער אמת איז ער א רשע ערגער ווי עשו. יעקב ליידט פון ביידען פון די רשעים, און גאט איז מציל דעם צדיק פון די דערנער דאס איז אין פרט און אין כלל.