השארת הנפש חלק הקרבנות פרק ב
השארת הנפש חלק הקרבנות פרקים: - - א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו - - ז - - ח - - ט
צוריק צום ספר השארת הנפש
שיר השירים איז א וואונדערליכער שיר. צעהן שירים זיינען אויף דער וועלט געזאגט געווארען, דעם ערשטען האט געזאגט אדם הראשון, אז ער איז ניט געשטארבען פון דעם עץ הדעת האט ער געזאגט מזמור שיר ליום השבת (תהלים צ"ב). דעם צווייטען שיר האט געזאגט משה רבינו מיט די אידען ביי דעם ים, אז ישיר משה ובני ישראל (פרשה בשלח). דעם דריטען שיר האבען די אידען געזאגט ווען גאט האט זיי געגעבען דעם ברונען, אז ישיר ישראל (פרשה חוקת). דעם פיערטען שיר האט משה רבינו געזאגט פאר זיין שטארבען (פרשה האזינו). דעם פינפטען שיר האט געזאגט יהושע בן נון ווען ער האט אפּגעשטעלט די זון טיט דער לבנה אויף זעקס און דרייסיג שעה, אז ידבר יהושע לה'. דעם זעקסטען שיר האבען געזאגט דבורה און ברק (שופטים ה'). דעם זיבעטען שיר האט געזאגט חנה ווען גאט האט איהר געגעבען א זוהן שמואל הנביא. דעם אכטען שיר האט געזאגט דוד המלך אז גאט האט איהם מציל געווען פון אלע זיינע שונאים. דער ניינטער איז שיר השירים אשר לשלמה. דעם צעהנטען שיר וועלען אלע אידען זאגען אז משח וועט קוטען און מיר אלע וועלען געהן אין ירושלים במהרה בימינו אמן.
מיינע ליבע ברידער! אין דעם חלק הנבואה האב איך דארטען געשריבען דעם גרעסטען וכוח מיט דעם גרעסטען פילאסאף אין דער וועלט, אונזער ברודער, דער גרעסטער דיינקער, דער גרעסטער חכם אין חכמת הטבע, אין אסטראנאטיע, דער גרעסטער פילאסאף אין דער גאנצער וועלט, דאס איז פראפעסאר אלבערט איינשטיין. ער איז אבער ווייט פון צו פארשטעהן די חכמה פון די גאטהייט, ווייל די חכמה פון דער נאטור פאדערט א פילאסאפישען קאפּ מיט א שטארקען ווילען. אבער די חכמה פון די גאטהייט, רוח הקודש, פארלאנגט א גוטע ברייטע הארץ מיט גוטע מדות צו גאט און צו מענטשען און אלע אברים דארפען זיין הייליגע, ווי די תורה זאגט (תצא) והיה מחניך קדוש זו אברים של אדם. מען דארף לייגען יעדען טאג תפילין של יד ושל ראש. של יד לעבען דעם הארץ פון דעם מענטשען צו טאן גוטעס מיט מענטשען. תפילין של ראש צו טאן גוטעס מיט גאט, צו זיין א פילאסאף אין די גאטהייט, צו מאכען אן ארט אין דעם הארצען, פאר דער שכינה, דארט זאל זיין איהר וואוינונג איהר הויז.
מיינע ברידער! ווי א קוואל מיט וואסער קען זיך מעסטען און גלייכען מיט דעם ים, מיט די וואסער פון ים, הן אין כמות והן אין איכות, אזוי קען זיך מעסטען די פילאזאספיע פון דער נאטור מיט דער פילאזאפיע פון דער גאטהייט. דער מלכות האט צו שאפען אויף די סאלדאטען, וואס פאר א ווערדע האט דער סאלדאט ביי דעם מלך. אט אזא ווערדע האבען די צבא השמים ביי גאט, וכולם עושים באימה וביראה רצון קונם. ווי דער אייזעל ווערט געטריבען פון זיין בעל הבית אט אזוי ווערט געטריבען די גאנצע נאטור פון דער וועלט פון די גאטהייט.
(וזאת הברכה) רכב שטים בעזרך ובגאותו שחקים, גאט רייט אויף אלע הימלען אויף דער גאגצער נאטור. איך שרייב דעם וועג צו רוח הקודש, יעדער איד קען דאס האבען. גאט האט געזאגט צו אברהם אבינו כה יהיה זרעך, בעסער צו קענען דעם מלכות ווי צו קענען דעם סאלדאט און נאך מעהר אז די סאלדאטען זיינען אלע שטומע זיי קענען ניט רעדען נאר אלעס אויף שטום לשון. מיר זאגען השמים מפרים כבוד אל ומעשה ידיו מגיד הרקיע, דער געטליכער פילאזאף קען פארשטעהן גאטהייט פון די אלע הימעלשע ברואים אלץ אויף שטום לשון, אבער עם איז דאך בעסער אז דער מענטש זאל קומען צו רוח הקודש צו זעהן די שכינה, צו רעדען מיט דעם רבונו של עולם ווי אברהם אבינו, גאט האט איהם געזאגט כה יהיה זרעך. עס איז גוט צו זיין א פילאזאף א געטליכער מאן ווי דער רמב"ם, ווי די בעלי התלמוד, די נביאים זיינען געוועזען, אלע פילאזאפן אבער געטליכע, עס זיינען דא אזעלכע. מענטשען אין יעדען דור, אבער זיי זיינען באהאלטען פון דער וועלט. עס איז בעסער צו קענען דעם קעניג ווי דעם שטומען סאלדאט.