לדלג לתוכן

דער ראציאנאליסטישער קולטור-נאציאנאליזם פון אחד־העם

פֿון װיקיביבליאָטעק

שער - - - קאפיטל איינס - - - קאפיטל צוויי - - - קאפיטל דריי - - - קאפיטל פיר


קאפיטל צוויי

דער ראציאנאליסטישער קולטור-נאציאנאליזם פון אחד-העם[1].

לאמיר נאר באטראכטן די יסודות פון אחד-העמ'ס שיטה. מ'קען א ודאי זאגן, אז אחד-העם האט בולט געמאכט פאר זיין דור דעם זיטלעכן, סאציאלן און כלל-מענטשלעכן תוכן פונעם יהדות. עס קומט אים א ודאי אויך א יישר כח דערפאר, וואס ער האט זיך גרינדלעך אפגערעכנט מיטן תעודה-און רעפארעם-יידנטום, און האט געפרואווט צו געבן דעם מאדערנם יידישן פראבלעם אן אידעאלע רוחנישע צורה. אבער אחד-העם באגייט דעם אומפארציילעכן טעות, וואס אין זיין ראציאנאליסטישן אופן פון דענקן, עספעקטירט ער וואס אן אמת דאס יידישע רעליגיע-פראבלעם א ביסל העפלעך און קיל, אבער ער פארשטייט עס נישט און שאצט עס נישט אפ, ווי עס באדארף צו זיין.

אויך פאר אים איז גאט, אין וועמענס נאמען אונדזערע נביאים האבן מיט אזא הייסער כונה גערעדט און געקעמפט, נישט מער ווי א בלויזער סימבאל און א מליצה.

אויך ער וויל גארנישט וויסן דערפון, אז דער גרעסטער אויפטו פונעם יידישן גייסט איז נאר זיין רעליגיעזע וועלט-אין לעבן-אנשויאונג.

און אפילו ער דער דענקער, גייט אריבער אן א געהעריגער באטראכטונג און אפשאצונג, איבער דעם סיי באיכות סיי בכמות גרויסן רעליגיעז-מעטאפיזישן תוכן פון תנ״ך, תלמוד, מדרשים, ספרי קבלה, און חסידות.

נו, קען אזא מין דענקער ארויסגעפינען דעם טיפסטן מהות פון יהדות, אויב ער שטייט באשיימפערלעך[2] אונטער דער השפעה פון דער נייער פילאסאפיע און גייט פארביי קיל און שטום פאר דער גליענדיגסטער הכרה פונעם יידישן פאלק, - פאר הכרת ה׳ ?

איז דען פאראן עפעס א פילאסאפישער אויפטו, אדער א וויסנשאפטלעכע אנטדעקונג, וואס זאל קענען וואקלדיג מאכן די אינטואיטיווע הכרה פון אלע אונדזערע אמת-יידישע גבורי-האומה, וואס האבן אזוי געניאל (= גאוני)-איינפאך און דורכזיכטיג געפילט און פארשטאנען, אז די וועלט איז נישט קיין אן-נשמהדיגער מעכאניזם, נאר-אויב מ'קען בכלל רעדן בדרך משל – אבאזעלטער ארגאניזם, דורכגעפולסירט פון געטלעכער קראפט און דורכגעשטראמט פון געטלעכן אטעם!

איז דען פאראן עפעס א שיטה, וואס זאל קענען אוועקמאכן די עובדה וואס מיר יידן האבן אזוי קלאר מיט אלע מסקנות משיג געווען, היינו, אז אפילו די גרעסטע און העכסטע מענטשלעכע הכרה נעמט זיך אונדז בלויז ווי א קליינער ליכט-טראפן אין דעם טונקעלן פון אונדזער נישט - וויסן?

איז עס דען מער קרוב אל השכל אריינצולייגן די וועלט אין די בלינדע הענט פון עפעס א וואנזיניגן מקרה-אומגעהייער, (גורל בלע״ז), אנשטאט צו וויסן, אז די וועלט ליגט אויסגעבעט אין דער שויס פון א כל יכול און טוב ומטיב, וואס פירט די וועלט, די פעלקער און אלע נבראים העכער פון אונדזער מענטשלעכער השגה און רצון!

איז עם דען באמת אזוי "וויסנשאפטלעך", צו לאזן די וועלט אנטשטיין אויס א תוהו פון אטאמען (וואס פלוצים האבן די אטאמען באקומען דאס באדערפיניש זיך צו ארגאניזירין און זיך צו פארמען?) און די מענטשלעכע נשמה צו לאזן זיך "ארויפאנטוויקלען" פון שטויב און אש, אנשטאט מיט געניאלן (= גאוני) פשטות צו פילן און משיג צו זיין, אזוי גאט, דער קינסטלער פון אלע קינסטלער, וואס האט דעם דומם ארגאניזירט מיט אזא גענויער אפגעמאסטנקייט (דער גאנג פון די שטערן), דעם צומח באשאנקען מיט אזא שיינער הארמאנישקייט, און דעם חי געגעבן אזא פילזאגנדיגער סימבאלישקייט (לייב-סימבאל פון מאכט, פוקס-ערמה, טויב-תמימות, וכדומה), האט דאך בשום אופן, צוקומעגדיג צום מדבר, צו בריאת האדם, נישט אריינגעלייגט ח"ו די הענט אין שויס און איבערגעגעבן דעם בחיר היצירה אין די ארעמס פון עפעס א בלינדן גורל?

אויב אין דעם גורל פונעם מענטש, אלס יחיד, ליגט באהאלטן נאר צופאל, נישט גאט , - ווי זשע קומט עס אז אין לעבן פון דער מענטשהייט , וואס איז דאך בלויז א סומע פון יחידים - זאל הערשן אגערעכטיקייט-ריטים? ווי קומט עס, אז די וועלט-געשיכטע זאל זיין דאס וועלט-געריכט?

אבער אחד-העם גייט פארביי פאר די אלע הכרות מיט א קילן שטיל-שווייגן און שטייט דעריבער אויך פון דער ווייטנס, פון דער גלייביג-יידישער לעבן-שיטה.

ווייל אט זיין גאט-גלייכגילטיקייט און רעליגיע-בלינדקייט לאזן אים אפשאצן די נביאים בלויז אלס נאציאנאלע גייסט-העלדן, אנשטאט זיי צו באטראכטן אלס דאס, וואס זיי זענען באמת: אלס די רעליגיעזע גאוני-הרוח פון אלע פעלקער, אין אלע צייטן, און אלס די אייביקייט-מדריכים פון דער יידישער אומה און פון דער גאנצער מענטשהייט!

און טאקע פון אט דער אומפארשטייעניש זיינער פארן געטלעכן יסוד פון דער נבואה, נעמט זיך טאקע אויך זיין דואליסטישע-האלב ראמאנטישע, האלב ראציאנאליסטישע-שטעלונג, צו דער יידישער מסורה און צו דער יידיש-רעליגיעזער לעבנס-שיטה.

אליין בענקענדיג נאך תחית-הרוח, אליין באטראכטנדיג די נויט פון יהדות פארן וויכטיגסטן, און די נויט פון יידן פארן ווייניגער וויכטיקן פראבלעם, און אליין פּריידיקנדיג א מוסר פון נביאים וכדו', – זעט ער טראץ דעם נישט איין די וויכטיקייט פון הלכה.

פארן פלעגן און דערהאלטן דאס היסטארישע יידנטום.

א ודאי, דאס מוז מען אחד-העמ'ען מודה זיין:

בניגוד צו אלערליי רעפארמאטארן, באטאנט ער מיט א סאך חריפות די נישט-דערלאזבארקייט פון געקינסטלטע "תקנות" אדער "פארלייכטערונגען" לטובת עפעס א צייט-גייסט. ער פארטיידיגט אויך שארף און ווארעם דאס מקוריות פונעם יידישן גייסט-לעבן. מען דארף זיך נאר דערמאנען אן זיין באקאנטן מאמר אקעגן דעם ניטשעאניזירנדיגן שטורעם-און דראנג-ייד מ. י. בערדיטשעווסקי[3] און אן זיינע שיינע ארגומענטאציעס אין דעם מאמר אקעגן דעם ענגליש-יידישן רעפארמאטאר קלוידע מאנטעפיארע, וועלכער האט געוואלט באווייזן דאס מאראלישע איבערגעוויכט פונעם נוצריות איבערן יהדות.

א ודאי איז אויך דאס א וויכטיקע הכרה, וואס אחד-העם ווארענט פאר אן אייגנמעכטיקן, רעוואלוציאנערן צוברעכן פון דער יידיישער פארעם, דאס הייסט, אלזוי, פון די מצוות און מנהגים, וועלכע זענען די כלים פונעם יהדות און דורך וועלכע עס דריקט זיך טאקע אויך אויס די אייגנארטיקייט פונעם יהדות.

אבער רעדנדיק וועגן דער הארמאניזירונג פון תורה מיט לעבן, באנוצט ער, ליידער, דעם באגריף "לעבן" לויט דער היידנישער השגה און אויפפאסונג.

ווייל די יידישע השגה, - וואט איז טראץ דער נארישער משכילישער גערעדעריי דוקא פאזיטיוו און וויל דאס לעבן און די לעבן-ענערגיע דערהאלטן, - טייטשט אויס דעם באגריף "לעבן" אין הסכם מיט זיין זאכלעכן, נויטווענדיקן און נוצלעכן תוכן. דעריבער שטרעבט זי טאקע אונטערצו ווארפן דאס לעבן אונטער דער תורה, כדי אויסצומיידן אלערליי דורכברוכן און אפנייגונגען פונעם לעבן.

ווייל פאר דער יידישער השגה איז, גענוי אזוי ווי ביים דואליזם: גאט און וועלט, נשמה און גוף, אויך בנוגע דעם דואליזם תורה און לעבן, נאר דאס ערשטע , דאס הייסט, די תורה, דאס וויכטיקסטע.

נאר דאס היידנטום (= עבודה זרה) מיט זיינע דריי מִשלַחתן (= שלוחות, אָפּצווייגן): דער אטעאיזם, דער מאטעריאליזם און דער אינדיווידואליזם, שטרעבן אין זייער אן-גרעניצדיקער ממשלה און תאות-שגעון צו א "זיך אויסלעבך", דאס הייסט, צו אן אומפאראנטווארטלעכער, אומנוציקער, משוגענער, דאס לעבן און זיינע פחות טויטנטדיקער שטיינערונג פון די חיה'שע אינסטינקטן, און לויבט נאך דערצו אט דעם רעש און שכרות, אלס דעם העכסטן תכלית הבריאה...

אבער אחד העם זעט דאס, ליידער, נישט.

זיין שארפזיניקער מוח איז געשטאנען אונטער דער השפעה פון דער היידניש-אייראפעאישער לעבנס-אנשויאונג[4] און אזוי-ארום איז אים צורינען אונטער די הענט זיין אייגענע (פריער דערמאנטע) הכרה , - אז דאס דערהאלטן פון די רעליגיעזע פארעמען איז נייטיק פארן יהדות,-נישט ארויסציענדיק פון אט דער הכרה, די נייטיקע מסקנה, היינו, מודה און מסכים צו זיין צו דער עכט-יידישער לעבנס-שיטה[5].

דעריבער קומט ער טאקע אין א קאנפליקט מיט זיך אליין, אומעטום וואו ער טרעפט אן אויף די פראקטישע תביעות פונעם יידישן דת לגבי דעם יידישן פאלק.

לאמיר אקארשט נעמען אלס כאראקטעריסטיש משל די שבת-פראגע.

עם איז א פאקט, אז דער שבת שטייט (טעארעטיש אויפגעפאסט) אינעם מרכז פון דער יידישער רעליגיאזיטעט און אז ער אין (פראקטיש גענומען) א בריח התיכון פונעם יידישן פאלקס-לעבן.

א מרכז איז דער שבת דערפאר, וואס אין דער שבת-אידיי ליגט פאראנקערט די גאנצע יידישע וועלט-און לעבן-אויפפאסוגג. אזוי ווי גאט איז מחיה די וועלט און די נשמה איידלט דעם גוף, אזוי באלעבט דער שבת און איידלט, דודך זיין פייערלעכער נשמהדיקייט, דאס חולינדיקע וואכן-טאג-לעבן. די געניאלע אריגינאליטעט פונעם יידישן שבת באשטייט טאקע אין דעם, וואס ער איז לויט זיין מהות - להיפך פון דעם זונטאג ביי די נישט יידן - א הייליקער רו – ובכן א הכנסה-טאג, אבער נישט קיין געשטייגערטער גענוס – ובכן א הוצאה – טאג.

און א בריח התיכון אינעם יידישן צבור-לעבן איז דער שבת דערפאר, ווייל ער איז מבדיל באשיימפערלעך צווישן די יידישע קבוצים און יחידים, און צווישן דער ארומיקער נישט-יידישער אויסן-וועלט און ווייל ער זאמלט אט די יידישע קבוצים און יחידים ארום מקומות קדושים און פארבינדט זיי בכלל אלס די נושאים פון גלייכע דינים, מנהגים און לעבן-אידעאלן.

אמת איז, אז אחד-העם פארשטייט דער ווערט פון שמירת השבת פארן קיום פון דער נאציאנאלער אייגנארטיקייט פונעם יידישן פאלק, כאטש ער האט פון זיין ראציאנאליסטישן שטאנד-פונקט קיין שום פארשטייעניש פאר קדושת השבת.

קומט דאך טאקע פון אים ארויס דאס שיינע ווארט: "יותר מששמרו היהודים את השבת, שמרה השבת אותם".

איז עס אבער באמת אזוי, קען מען דאך מיט רעכט פרעגן די קשיא, פארוואס אחד-העם באהאנדלט נישט נענטער און גרינדלעכער די דינים און מנהגים פון שבת, ווי ער באהאנדלט גרינדלעך אנדערע פראבלעמען.

היות, ווי ער איז אין פרינציפ מודה אין מנוחת השבת און באקעמפט דערצו - ווי מיר האבן פריער אנגעוויזן – נישט אויטאריטאטיווע תקונים און רעפארמען פון די יידישע דינים און מנהגים, אלס געפערלעכע עקספערימענטן, אדער לאכט זיי אפילו אויס, אזוי בלייבט אים דאך נישט איבער קיין אנדערער וועג, ווי אנצונעמען די אלטע, הייליקע, פון אונדזער פאלק סאנקציאנירטע דינים און מנהגים.

און אפילו, ווען ער האלט, אז שפעטער אמאל, ביי א "נארמאלער" (רבש״ע, ווי פילדייטיק און אומקלאר איז דאך דאס ווארט!) אנטוויקלונג פונעם יידישן פאלק אין ארץ-ישראל, וועלן די תביעות פונעם "לעבן" משפיע זיין מאדיפיצירנדיק אויף דער "תורה". [6]

אזוי מוזן דאך די דיני שבת פארפליכטן סיי דעם כלל סיי דעם יחיד, אזוי לאנג ווי די לעבן-פארהעלטינישן פון די יידן קענען נישט אנגערופן ווערן "נארמאלע".

די זעלבע קשיות קען מען פרעגן אויך בנוגע צו דעם פון דער הלכה גערעגלטן גאנצן יידישן פאלקס-לעבן בכלל.

אזוי פארפלאנטערט זיך זיין שיטה כסדר אין סתירות, ווען עס קומט צו דער באהאנדלונג פונעם יידישן דת-פראבלעם, און אויב ביי אזא דענקער און פארערער פון יהדות קומען ארויס אזוי פיל נישט – קאנסעקווענצן, וואס ציען ליידער נאך זיך אזוי פיל געפערלעכע קאנסעקווענצן, וואס זשע זאלן שוין זאגן און טון די אנדערע נאציאנאל-יידישע "מצילים" און "מושיעים" פון אלערליי קאלירן.

זיי גראבן שוין טאקע אונטער, אין זייער פארעקשנטן ראציאנאליזם, דעם אייביקייט-יסוד פון דער יידישער אומה און קענען שוין קוים דערווארטן די צייט, ווען אונדזער פאלק וועט זיך קענען "אויסלעבן" גלייך ווי אנדערע פעלקער, דאס הייסט אלזוי: גלייך ווי אנדערע פעלקער זיך אויסווילדיווין אין תאוות פון מאכט, כבוד, געלט-זוכט און אנדערע ליידנשאפטן.

איז אחד-העם נישט מיטפאראנטווארטלעך, וואס דאס רעליגיע-פראבלעם, (וועלכעס ער באהאנדלט אזוי פארזיכטיק, אזוי "ריר מיך נישט אן" – מעסיק און אויף אזא האלב – יא, האלב – ניין – אופן) ווערט פון דער יונג-היידנישער חברה אזוי ווילד פארשריגן, אזוי בלינד-משוגע אויף שטיקער צעריסן און אין בעסטן פאל אזוי קיל אויסגעמיטן?

וואלט אזא גראבע פראבלעם-שטומפיקייט ביי די "יונגע" און אזא ביז אין סאמע הארצן אריין קיל שייכות פון די "אלטע" צו רעליגיעזע, דאס הייסט אלזוי, צו יידיש-גייסטיגע ענינים מעגלעך געווען, ווען אחד-העם, זייער מורה-דרך, וואלט געווען ווייניקער ראציאנאליסט און מער יידישער חכם , דורכגעזאפט מיט אלט-יידישער, קלוגער וועלט-און לעבן-אנשויאונג, א חכם, וואס וואלט משיג געווען, אז דער תחית הרוח און די באלעבונג פון די הערצער קענען נישט דערגרייכט ווערן דורך גרינדונגען פון ארדנס א לא "בני משה", אפילו נישט דורך פראפאגאנדע פארן מוסר היהדות און כדומה אזעלכע בלויז אין דער געדאנק אדער געפיל-אטמאספערע פאראנקערטע מיטלען?

האט דען אחד-העם באמת געמיינט, אז דורך דעם שאפן פון תחיה-ארדנס, אדער דורך דער גרינדונג פון שולן, וואו דער יידישער עטיק-סערום זאל טראפנווייז איינגעשפריצט ווערן, אדער דורך דער פּראפּאגאנדיסטישער באפּודערונג פון די יידישע פאלקס-מאסן מיט א מאדערנעם פּרעפּאראט פון נבואה-פּולווער וועט ער קענען דערהאלטן די אייגנארטיקייט פונעם יידישן פאלק?

ניין, און טויזנט מאל ניין!
די ישועה פון ישראל וועט נישט קומען דורך קיין דיפלאמאטן,
באמערקט ערגעץ-וואו אחד-העם, נאר דורך נביאים.
זייער ריכטיג.
אבער נישט דורך מאדערנע "נביאים"...

הערות שוליים

[רעדאַקטירן]
  1. וועגן אחד העם, עיין וויקעפדיע אחד העם.
  2. באשיימפערלעך = ברור, גלוי,נראה בעליל.
  3. וועגן מיכה יוסף בערדיטשעווסקי, עיין וויקעפדיע מיכה יוסף ברדיצ'בסקי.
  4. היידניש-אייראפעאישער לעבנס-אנשויאונג = השקפת עולם של העבודה זרה הארופאית
  5. דער עכט-יידישער לעבנס-שיטה = שיטת חיים היהודית המקורית.
  6. מיר פארווארפן די דאזיגע שיטה, וואס איז אן אויספלוס פון א ראציאנאליסטישער, נישט-גלייביקער וועלט־אנשויאונג, אלס נישט-יידיש און אפיקורסיש. גלייבנדיק אין דער סופערמאציע פון גייסט און צורה איבער גוף און חומר, קעגן מיר נישט מסכים זיין צו א רלאטיוויזירוגג פון אייביקע אמתן.