דער מיסטישער תעודה-נאציאנאליזם פון בובער
שער - - - קאפיטל איינס - - - קאפיטל צוויי - - - קאפיטל דריי - - - קאפיטל פיר
קאפיטל דריי
דער מיסטישער תעודה-נאציאנאליזם פון בובער.[1]
אויפן באדן פון דער מאדערנער יידישער תחיה-באוועגוגג, איז נאך דער אחד-העם-תקופה ארויפגעשוואומען א נייע דעם אחד העמיזם אפשוואכנדיגע ריכטוגג, וועלכע מ'קען אגרופן "דער מיסטישער תעודה-נאציאנאליזם פון בובער".
בלי ספק קומט מארטין בובער [2] פון אזא רוחנישער געגנט, וועלכע מאכט אים מסוגל צו באלייכטן אזעלכע לאנד-שטריכן, וואס ליגן גאר נאענט צום ברען-פונקט פונעם יהדות.
בלי ספק איז ער אויך א גוטער אנאליטיקער פון דער יידישער פאלק-נשמה: ער האט געזאגט אין זיינע טיפערע ווערק עטלעכע, זייער צוגעפאסטע ווערטער איבערן מהות פון דער יידישער פאלק, נשמה, געגעבן עטלעכע געלונגענע כאראקטער-שטריכן איבערן רוחניות פונעם יידישן פאלק און זיינע אייגנשאפטן און פון זיינע פאעטישע נאכדיכטוגען פון חסידישע מעשיות גלאנצט ארויס א שנירל פערל פונעם ים-גרונט פון דעם יידישן פאלק-געמיט.
אבער ביי אלעמען טרעפט ער דאך נישט דעם קערן פונעם יהדות, זיין ברען-פונקט און צענטראלע אקס. אויב ער האט בנוגע צו אחד-העם טאקע די מעלה, וואס ער באזיצט אן אינטואיטיוון פון ראציאנאליזם פרייען קוק, אזוי האט ער פון דער צווייטער זייט דעם חסרון, וואס ער פארמאגט נישט דאס למדנישע שייכות צו דער גאנצער יידישער און ספעציעל תלמודיש-רבנישער ליטעראטור.
דעריבער באגייט טאקע בובער דעם גרויסן טעות, אוועקשטעלנדיג די מיסטיק אינעם צענטער פון דער יידישער פאלק-נשמה, כאטש זי, די מיסטיק, איז דאך בלויז א מיטל, נישט קיין תכלית פון דער דערקענטעניש.
אינעם צענטער אבער פונעם יידישן רוחניות און פונעם יידישן פאלק-געמיט שטייט נישט קיין פארנעפּלטע מיסטיק, נאר – גאט!
עס איז באמת אן אינטערעסאנטער פאקט, וואס אין תנ"ך איז אייגנטלעך נישט פאראן קיין פילאסאפישע אפהאנדלונגען איבער גאט, און אז בכלל ווערט אין תנ"ך איבער גאט נישט פילאסאפירט, נאר עס ווערט אין זיין נאמען נאר מוסר געזאגט[3]
די יידישע נביאים האבן גאט נישט אויסגעקליגלט און אויסגעקלערט, נאר בחזון געזען און דערקענט!
ערשט אינעם מיטל-עלטער, בשעת דער שאפערישער אינטואיציע-כח פונעם יידישן גייסט איז א ביסל לאם געווארן און די היידנישע פילאסאפיע[4] האט אנגעהויבן אויסצואיבן איר שעדלעכע השפעה אויף די יידישע געמיטער, האבן יידישע חוקרים געפרואווט אויסצוגלייכן דאס יהדות מיט דער וויסנשאפט, און צו הארמאניזירן די יידישע וועלט-אנשויאונג מיטן צייט-גייסט, א פרואוו, וועלכער גיט זיך זעלטן איין, און קען נאר דאס יידנטום דערשיטערן, אדער צוקאליעטשן.
דערפון נעמט עם זיך טאקע, וואס דאס אפיציעלע יידנטום האט נאר אנגענומען די חבורים איבער הלכה פונים רמב"ם, בשעת זיינע חקירה-ספרים - און דער עיקר, דער "מורה נבוכים" – ווערן ענטוועדער[5] שארף אפגעווארפן, אדער נאר אזוי טאלערירט.
פשוט דער יידישער פאלק-אינסטינקט פילט, אז דער גאט – געדאנק קען נישט אפגעשוואכט ווערן פון קיין שום צייט-גייסט, און דארף דעריבער אויך נישט קיין שום פילאסאפישע פארפוצונגען, אדער ראיות.
עם ליגט אויך נישט אין דער טבע פונעם יידישן רוחניות צו וועלן אריינפּרעסען דעם אין־סוף, כביכול, אין די מענטשלעך-סוֹפדיגע געהערן-געפעסן, מיט דער הילף פון כל-ערליי פילאסאפישע פּארטאטשנע אינסטרומענטן, אדער גאר צו לאזן באטאפן און אפשר נאך ארונטער נעמען אונטער קריטיק דעם האר פון דער וועלט דורכן מענטשלעכן קארליקעס-מין...
דעריבער האבן זיך טאקע די יידישע נביאים, מיט זייער געטלעכן חוש, נישט געחקרנט פוסט און אומפרוכפּערדיג, נישט באנוצט זיך מיט גארנישט-זאגנדיגע ארומרעדעכצער און איינזייטיגע אטריבוטן (ווי למשל: לאגאס וכדו',), נאר געזאגט, פשוט און קלאר, - גאט! [6]
פאר זיי איז גאט געווען א מונח ראשון פון זייער דענקן און פילן, א געפיל-און געדאנקן-אקסיאם, וואס דארף נישט קיין ראיות.
וואס פאר א ווערט האט עס אלזוי, ווען בובער רעדט צום יידישן פאלק פון "אור-אינסטינקטן פון דער יידישער פאלק-נשמה", פון "מיטאס", וכדומה, אנשטאט אפן און קלאר מודה. צו זיין, אז ס׳איז דא א בורא עולם, וועלכער איז דער קוואל און דער אויסגאנג-פונקט פון אלע מיסטישע געהיימינישן, וואס זענען פאראן אויף דער וועלט.
זאלן מיר, יידן, אפשר מפקיר זיין אונדזער הייליגסטע הכרה, דעם דעת השם, צוליב עפעס א מאדערנער יידישער מיסטיק?
זאל דאס יידישע פאלק אויפהערן צו האפן און צו גלייבן אן
גאט (די יידישע גייסט-אוצרות שטייען פאר יעדן אפן, – ווער
עס איז זוכה, קען גאט אויך משיג זיין), זאל עס אויפהערן צו
ארבעטן פאר דער פארגעטלעכוגג פון זיין לעבן און אנשטאט
דעם זיך נאר מפרנס זיין פון א צושוואומינער מיסטיק?
דעריבער איז עם גראד היינט נייטיק אויפצוקלערן דעם מהות פון יהדות, כדי ווייט צו האלטן דאס יידישע פאלק פון פאלשע וועגן און בלאנדזשענדיקע ליכטער.
"דער גייסט פונעם יידנטום" – אט אזוי רופט זיך א בוך פון מארטין בובער, אין וועלכן עם זענען אפגעדרוקט זיינע עיקר אנשויאונגען (= השקפות, א וועלט קוקן) איבער יידן און יידנטום.
לאמיר אקארשט מוטיג אדורכרייסן דעם שיינעם ווארט-שלייער פון דער בובערישער דיאלעקטיק, און תופס זיין דעם תמצית פון דער טעמע.
וואס איז דאס, אייגנטלעך, דער גייסט פונעם יידנטום?
איז עס בלויז די אמונה; און גאט?
דאס לערנען דאך אויך א טייל רעליגיעס און פילאסאפישע שיטות.
זענען עס די מאראלישע יסודות? –
אויך זיי זענען – כאטש אין אן אנדערער פארמולירונג - א בשותפותדיג אייגנטום פון ווייניגסטנס אלע קולטור-פעלקער.
זענען עס סאציאלע, פאליטישע און הומאניסטישע אידייען?
דאס יידנטום איז נישט בלויז אן אידייען-רעצעפט פאר יחידי סגולה, פאר דיכטער, דענקער און הומאניסטישע פאליטיקער...
דאס יידנטום איז דאס אלץ אין איינעם און נאך עפעס:
דאס יידנטום איז א וועלט און לעבן-אנשויאונג[7], א לעבן שיטה, וואס נעמט ארום דעם יידישן כלל און דעם יידישן יחיד און לייגט אויף זיי ארויף זיין אייגנארטיקן חותם.
וועט דאס יהדות ח"ו אויפהערן דאס צו זיין, דעמאלט וועט עס, חלילה, ווערן (טראץ די אלע "רענעסאנסן") א קרענקלעכער זומער-הויז-פלאנץ פון קינסטלעכער ווארעמקייט, קוים אנגעהויכט און א ודאי נישט אימשטאנד מיט גרויס דערפאלג אויף א לאנגער צייט זיך אקעגנצושטעלן אקעגן די שטורמן פונעם צייט-גייסט.
אן אמתע רענעסאנס וואלט עס געווען , ווען מען וואלט (אנשטאט צו פריידיגן אגעזינונג-יידנטום, וואס אטימט בלויז אין דעם אטמאספער פון געדאנקן און געפילן) טאקע געמאכט ערנסטע אנשטרענגונגען צוריק אויפצושטעלן דאס מהות יידנטום, וואס דריקט זיך אויס און ווירקט זיך אויס אין עכט ידישע מעשים.
דאס טוט אבער בובער גארנישט.
אמת, ער האלט, אז "דער פאטאס פון דער תביעה" און "די אידיי פון מעשים" זענען דער כאראקטעריסטישער עיקר-שטריך פונעם יידישן מהות.
אבער פארוואס איז ער נישט קאנסעקווענט און רעדט נישט דערפון, אז מען דארף אויך האבן אזא פארמולירונג פון אט די "תביעות" און ״מעשים״, וואס זאל געהעריג ארומנעמען דאס גאנצע פאלק-לעבן?
מען קען דאך בשום אופן נישט יוצא זיין מיט דעם, וואס מען פרעגלט זיך און אנדערע אין רעליגיאזיטעט-שטימונגען אן פראקטישע התחייבותן.
און אונדזער שטארקסטן פראטעסט מוז שוין גאר ארויסרופן א שטעל פון זיינע א ביכל[8], אין וועלכער ער רעדט, אינעם באקאנטן נוסח פון תורת הנוצרים און פון אונדזערע געוועזענע משכילים, פונעם "תפילין-לייגנדיגן וואוכערער", גלייך ווי עס וואלט גאר ח״ו קיין אנדערע אמת-פרומע און ערלעכע יידן אויף דער וועלט נישט געווען.
און אויב בובער רעדט אין דעם זעלבן ביכל פונעם נוצרי, אז ער איז דער "צענטראלער ייד", דעמאלט ברויכן מיר, דאכט זיך, שוין גארנישט רעדן דערפון, ווי ווייט אזא "נאציאנאלע" אידעאלאגיע קען ח״ו פארפירן אונדזער יידיש פאלק...
בובער גייט נאך ווייטער.
ער האלט נישט נאר אונטער די מאדע אויסצולויבן און העכער צו שטעלן דאס אורשפרינגלעכע קריסטנטום לגבי דעם יהדות פון די פרושים, נאר ער פעלשט אויך די יידישע געשיכטע, וועלנדיג אוועקשטעלן א טייל יידישע גדולי האומה, דעם בעש״ט הקדוש, למשל, און זיין שיטה. אלס א מין נייע אויפלאגע פונעם נוצריות.
דאס איז אן עם-הארצות, אדער א בייזוויליגע פארדרייאונג פון היסטארישע עובדות, וואס קען גארנישט גענוג שארף פאראורטיילט ווערן.
דער היסטארישער אמת איז דאך, אז נישט די בעלי הקבלה און נישט די גדולי החסידות האבן געוואלט ח״ו אפשוואכן די תורה שבעל-פה, אדער די מצוות מעשיות.
זיי האבן זיך נאר די גרעסטע מי געגעבן אויפצובלאזן ביז צו דער גליענדיגסטער באזענלטקייט דעם געדאנק-און געפיל-תוכן, וואס ליגט באהאלטן אין די יידישע דינים און מנהגים.
עס איז דעריבער פשוט א פארפירוגג פון א גרויסן חלק פון דער יידישער יוגנט, צווישן וועלכע בובער האט מיינסטנס זיינע אנהענגערס, וואס בובער פארשווייגט פאר זיי די אומגעהייער וויכטיגע היסטארישע עובדה, אז דאס יידישע פאלק האט מיט א געזונטן אינסטינקט תמיד ארויסגעשטויסן פון זיך אלע יענע פארטייען, סעקטעס, אדער שיטות, וועלכע האבן געפרואווט אנצירירן זיין רעליגיעז פאלקס-לעבן.
לאמיר טאקע אנרופן, אלס משל, דאס ארויסשטויסן פון די יידן נוצרים, אדער פון די קראים, פון די פאלשע נביאים (שבתי- צביניקעס און די פראנקיסטן) ביז דעם ליידנשאפטלעכן און קנאה-פולן אפווארפן פון דער השכלה-באוועגונג.
אפילו דעם אומצוטרוי, וועלכער הערשט נאך היינט ביי א גרויסן טייל פון די יידישע גלייביגע פירער, און פון די יידישע גלייביגע מאסן אקעגן דעם נישט-רעליגיעזן נאציאנאל-יידנטום, קען מען דאכט זיך, אויך ברענגען אלס א ראיה..
בובערס שיטה, וואס וויל פארטיפן דאס יהדות, קען דעריבער לייכט ארויספירן פונעם יהדות.
זיין וועג איז פארנעפלט, זיין ציל ליגט אין דער געפערלעכער נאענטקייט פון א שטעל, וואו דאס יידנטום קען נישט אויפגעלעבט נאר באגראבן ווערן...
עס איז א ליטעראריש זוכעניש און בלאנדזשעניש, וואס ברענגט נישט קיין נוצן, נאר שאדן, וואס גיט אנשטאט דעם אמת פונעם תוכן, נאר די שיינקייט פונעם ווארט...
הערות שוליים
[רעדאַקטירן]- ↑ וועגן מארטין בובער עיין וויקעפדיע מארטין בובער
- ↑ אן אייניקל פונעם בארימטן שלמה בובער. עיין וויקעפדיע שלמה בובער
- ↑ אין דער תורה שטייט פשוט, "אנכי ה׳ אלקיך", אן חקירות. איוב איז ערשט שפעטער אנטשטאנען און אויך דארט געפונען א מין הארץ-פילאסאפיע, נישט וועלכער עס האבן זיך בכלל באנוצט די נביאים ("שאו מרום עיניכם וראו מי ברא אלה" — ישעי׳ קאפיטל מ') שטיצנדיג זיך אויף א געפיל און אנונג- לאגיק. אויך אין מדרש געפינען מיר אט אזא לאגיק: תאמר שהבירה בלא מנהיג" וכדו'.
- ↑ היידנישע פילאסאפיע = הפילוסופיה של עבודת אלילים.
- ↑ ענטוועדער .... אדער = אדער.... אדער = צי .... צו = או .... או.
- ↑ ביי די נישט יידישע פילאסאפן, וועלכע האבן אפילו געגלייבט אין גאט איז די דאזיקע הכדה געווען צופיל אבסטראקט. זיי האבן "פארגראבן גאט אין ווייטע הימלען", ווי עס דריקט זיך אויס אזוי שיין דער יידיש-דייטשער דיכטער בער האפמאן (עיין וויקעפעדיע בער הופמן), און האבן אים גארנישט, אדער ווייניג, געלאזט זיך אריינמישן אינעם גורל פון די מענטשן.
- ↑ א וועלט און לעבן-אנשויאונג = השקפת חיים, והשקפת עולם
- ↑ "דער הייליקער וועג".