דער דרך תשובה
שער - - - קאפיטל איינס - - - קאפיטל צוויי - - - קאפיטל דריי - - - קאפיטל פיר
קאפיטל פיר
דער דרך התשובה
פונדעסטוועגן, אויב מיר מוזן אפילו מיט ווייטיג קאנסטאטירן, אז די מאדערנע יידישע רענעסאנס-באוועגונג שטעלט זיך אין א היפך גמור צו די רוחניותדיגע שיטות פון די חכמי התלמוד, פון די מקובלים און גדולי החסידות, און וויל דוקא אוועקרייסן דאס פראבלעם פון יידן און יהדות פונעם שפייזגדיקן מוטער-באדן פון יידיש-גלייביקער וועלט-אנשויאונג (= השקפת עולם) און לעבן-טירונג, - אזוי דארפן מיר זיך דאך נישט מיאש זיין און מיר קענען גלייבן אינעם כח פונעם יידיש-רעליגיעזן געדאנק.
מיר ווייסן נישט נאר, אז פריער, אדער שפעטער וועט די איידעלערע יידישע יוגנט, שטרעבנדיק צו א טיף-יידישן תוכן און צו אן עכט-יידישן רוחניות, גובר זיין דעם אויבערפלעכלעכן, משכילישן נאציאנאליזם, מיט אלע זיינע פון אייראפע איבערגענומענע צאצקעלעך און פליטערלעך, נאר מיר האפן אויך, אז דער דראנג נאך פנימיותדיקייט און קדושה פון לעבן, וועלכער ווייזט זיך שוין צוביסלעך ביי א טייל פון דער יידישער איגטעליגענץ, וועט צוריקפירן אט די אינטעליגענץ פונעם האלבקייט און צעריסנקייט, פונעם כף-הקלע צווישן יהדות און היידנישקייט (= עבודת אלילים) צום אחדות און שלימות פון א גלייביג-יידישער לעבן-אויפפאסונג.
שוין באווייזן זיך אין דער יידישער ליטעראטור-וועלט די ערשטע נאך צנועדיגע סימנים פונעם דרך תשובה. און אויב אפילו אין די דאזיגע ספערן איז מען נאך גאנץ ווייט דערפון, זיך אריינצופאסן אין דער רעליגיעזער לעבן-געביידע פון דער יידישער אומה, אזוי קען מען פונדעסטוועגן זען א ווייטערדיקן שריט אין דעם, וואס סיי פון דער בעלעטריסטיק - למשל, דער לעצטער שאפונג-פעריאד פון י. ל. פרץ[1], - סיי פון דער פובליציסטיק - למשל, עטלעכע מאמרים פון מאקס בראד[2],-קוקט בולט ארויס א טיפערע השגה פאר דער רעליגיאזיטעט פון דער יידישער נשמה און פאר די פעולות און אויפטוען פון די חכמי התלמוד. (אין פוילן מוז דערמאנט ווערן דאס ווירקן פון הלל צייטלין אין די לעצטע יארן. ליידער, איז ער נישט תמיד און נישט גאנץ קאנסעקווענט).
און נישט נאר דאס. די צושטערונג פון די רעליגיעזע און צייטלעכע יסודות פונעם יידישן כלל, אלס א פועל-יוצא פון דער וועלט- מלחמה, די סאציאלע און עקאנאמישע קלקלות אין דער יידישער גאס, און ביחוד, דער אויפקלערוגג-שגעון פון דעם יונגן מזרח-יידישן דור, וועלכער ווערט באצויבערט פונעם פוץ און פודער פון דעם אייראפעאישן לעבן-שטייגער, - אט דאס אלץ עפנט די אויגן פון א טייל ערנסטע יידישע דענקער אין די שורות פון די נאציאנאלע יידן, און ווייזט זיי, אז דער קיום פון דער יידישער אומה איז בכלל אין ספק, אויב דער פראצעס פון זיך צעפאלן און צעברעקלן, וועלכער כאפט ארום וואס מער גרויסע חלקים פונעם יידישן ארגאניזם, וועט זיך ווייטער אויסשפרייטן און פירן צו א פולשטענדיגער צעשטערונג פונעם רעליגיעז-יידישן כלל לעבן.
אט די טיפער-דענקינדיגע יידיש-נאציאנאלע טעארעטיקער און פירער וועלן סוף כל סוף מוזן אינזען, אז דער פיל טויזנט יעריגער, גוט אויסגעבויטער און נישט-אדורכגעבראכענער יידישער רעליגיע-פראנט קען נישט דערזעצט ווערן דורך די לייכטע און שוואכע פארטיידיגונג-שטעלונגען פונעם מאדערנעם נאציאנאליזם. אזוי ווארט דאך, למשל, דאס פרומע יידנטום שוין צוויי טויזנט יאר פול האפנונג און זיכערקייט אויף משיחן, און פארלירט קיינמאל נישט די אמונה, און להיפך האט דער יידיש-נאציאנאלער רענסאנס-געדאנק אין זיין פערציג-יעריגן קיום אדורכגעמאכט שוין זייער פיל שנויים און קריזיסן...
פון דאנעט נעמט עס זיך אויך, וואס אין א חשוב בוך פונעם יידיש-נאציאנאלן טעארעטיקער יעקב קלאצקין[3], ווערט אנערקענט דאס גרויסע חשיבות פונים יידישן רעליגיע-פראבלעם פארן יידישן פאלקשאפט.
קלאצקין אנערקענט, אז די רעליגיעזע לעבן-קאנסטיטוציע פון די יידישע קהלות איז באמת א מין יידישע קולטור-אויטאנאמיע, כמעט א מלוכה אין א מלוכה. ער איז אויך מודה, אז קיין שום קולטור-אויטאנאמיע, וואס די פעלקער קענען אונדז געבן, וועט נישט משלים זיין דעם היזק, וואס עס ברענגט דאס צעפאלן זיך פונעם רעליגיעזן קהלה-לעבן.
אבער קלאצקין, אליין א ראציאנאליסט, אזוי ווי דער רוב פון אונדזערע נאציאנאלע טעארעטיקער, איז זיך טועה און מיינט, אז דער פראצעס פונעם צעפאלן זיך אינעם רעליגיעזן יידישן כלל לאזט זיך גאר נישט אויפהאלטן, ווייל ער איז א פועל-יוצא פון די ווייטערדיגע שריט, וואס עס האבן געמאכט די אייראפעאישע קולטור און ציוויליזאציע. ער זעט גאר נישט, אז די יידיש-רעליגיעזע אידייען-וועלט איז דער אייגנטלעכער עיקר אינעם יהדות, די שאפונג par excellence פונים יידישן רוחניות.
מילא, מיט ראציאנאליסטן לאזט זיך נישט מתוכח זיין איבער רעליגיעזע ענינים. אבער קלאצקין דארף דאך אלס טעארעטיקער פארשטיין, אז דאס יידיש-רעליגיעזע לעבן מיט זיין בולטער גאציאנאלער סימבאליק איז די איינציגע חשובע יידישע שאץ-קאמער, פון וועלכער דאס יידישע הויז און די יידישע יוגנט קען ארויסטראגן דעם טייערן בושם פון דער שטימונג-און פאעזיעפולער יידישער לעבן-פירונג. ער דארף עס אויך צו וויסן פון דער יידישער היסטאריע, אז דאס יידישע לעבן לויט דער מסורה קען אויך צוריק אויפגערעכט ווערן (למשל די גרויסע פעולות פון עזרא הסופר וכדומה).
אין צום סוף איז עס אויך היינט נישט גאנץ אויסגעשלאסן, אז דער דרך תשובה פון א טייל היינטיקע יידיש-נאציאנאלע קרייזן וועט אפשר דאך פירן צו דער עכטער אמונה און צום עכט-יידישן לעבן-שטייגער. און כאטש עס איז א ווייטער וועג פונעם בלויזן קאקעטירן מיט רעליגיע, פון רעליגיעזע שטימונג-בעדער און פון וועלט־תקון-ראמאנטיק ביז צום תמימות-און פשטותדיגן אריינשטעלן זיך אין דער יידיש-רעליגיעזער וועלט-אנשויאונג און לעבן-ארדנונג - עפעס א שייכות איז דאך פאראן. אמת, קלאצקין איז א קנאפער מאמין אין אט די רעליגיעזע באנייאונג-פרואוון. ער גלייבט אדרבה, אז נאר דורך אן איבערנאציאנאלער יידן-פאליטיק קען מען אויפהאלטן די נפילה פונעם יידנטום. שטעלט זיך אבער די קשיא, פון וואנעט וועט דער יידישער צבור נעמען דעם כח צו זיין באזונדער-לעבן פול מיט קרבנות און סכנות אין גלות, אויב דער צבור וועט אפגעריסן ווערן פון זיין רוחניותדיגער קרקע? - - - - - - - - - -
מער דערפרייענדיק און כאראקטעריסטיש איז א מאמר פון ח. נ. ביאליק[4] "הלכה און אגדה"[5] , וועלכער אנטהאלט א גאנצע רייע פון גייסטרייכע, ריכטיקע באמערקונגען.
ווי באוואוסט, האבן כמעט אלע העברעאישע און יידישע שרייבערס פון אונדזער דור צופיל איבערגעשאצט די אגדה אויפן חשבון פון דער הלכה. עס נעמט זיך דערפון, וואס דער פאעטישער, אונטערהאלטנדיגער, און נישט-פארפליכטנדיגער דרש, איז פאר זיי פיל סימפאטישער, ווי דער "טרוקענער", טיפער און פאדערנדיגער ערנסט פון דער הלכה.
האט דאך אפילו ביאליק אליין ערשט פאר עטלעכע יארן ארויסגעוויזן זיין גרויס ליבשאפט צו דער יידישער אגדה, דורכן ארויסגעבן פון זיין באקאגטן "ספר האגדה". דעריבער איבערראשט אזוי זיין פּלוצימדיגער שפּרונג און זיין איצטיגער דרך- ארץ פאר דער הלכה.
ביאליק פארשטייט איצט שוין, אז די אגדה באציט זיך צו דער הלכה, אזוי ווי לופט צו ערד, און אין עטלעכע וואונדער-שיינע זאצן זאגט ער ארויס זיין מיינונג, אז יעדע הלכה, יעדער דין און מנהג, איז אייגנטלעך דער פראדוקט פון אגדה. די הלכה איז די פארווירקלעכונג פון די אמתן און שיינקייטן, וועלכע די יידישע חכמים האבן געזען און זיי צוגעקניפט צו ווערטער און בילדער. די הלכה איז, אזוי צו זאגן, געפרוירענע פאעזיע, קריסטאליזירטע אגדה.
און נאך מער, ביאליק גייט גאנץ ווייט אוועק פון זיין מורה, דרך, אחד-העם, און ער זאגט, אז נישט די יידישע מצוות זענען "פארקנעכערט" (תורה שנתאבנה), גאר טייל טוער פון די מצוות זענין פארקנעכערט. די פארקנעכערוגג איז נאר א פועל-יוצא פון א ניכטערער, אן נשמהדיגער אויספירונג פון די מצוות.
און ביאליק קומט צו כמעט ביז צו דעם פשטות פונעם תלמוד, ארויסזאגנדיג אט די כאראקטעריסטישע זאצן, וועלכע מוזן ברענגען די בושה אויפן פנים פון יעדן שווערמער פון א נאציאנאל-יידנטום אן דת: "גדולה אגדה, שמביאה לידי הלכה; וכל אגדה, שאין עמה הלכה, אוננית היא וסופה, היא עצמה בטלה וגם מבטלת כח המעשה של בעליה. והאומר: אין לי אלא אגדה, - בודקין את אגדתו, שמא פרח סרק היא. למה הוא דומה? למי שאומר: קוטפני את הפרחים ואי אפשי בפרות; סופו, שלא יזכה אפילו לפרחים, שאם אין פרי, אין גרעין, ואם אין גרעין - פרח מנין ?" (גרויס איז די אגדה, ווארן זי ברענגט צו הלכה און יעדע אגדה, וואט האט נישט מיט זיך קיין הלכה, איז זי אן אומפרוכטבארע און זי איז פאראורטיילט, נישט צו עקזיסטירן, און אויך אפצושוואכן דעם שאפונג-כח פון אירע אנהענגערס. און אויב עמעצער זאגט: איך האלט גאר בלויז פון אגדה, - דארף מען בודק זיין אט זיין אגדה, טאמער איז זי א ליידיגע בלום. צו וואס איז ער גלייך? צו איינעם, וואס זאגט: איך וויל אפרייסן די בלומען און איך וויל נישט די פירות; זיין סוף וועט זיין, אז ער וועט נישט זוכה זיין אפילו צו בלומען, ווייל אויב ס׳איז נישטא קיין פירות, איז נישטא קיין קערנדל, און אויב ס׳איז נישטא קיין קערנדל - פון וואנעט וועלן זיך עס נעמען די בלומען?).
אין ביאליק גייט נאך ווייטער. מיט זיין קינסטלערישן חוש איו ער איצט תופס, אז די דקדוקים פון די מצוות און דינים, פון וועלכע אונדזערע משכילים האבן אזוי אפגעחוזקט, זענען א נייטיגער פארפוץ צום פאלאץ פון יהדות; אז אט דער פאלאץ קען דיקא דורך דעם פארפוץ ווירקן פיל ערנסטער, דערהויבענער און שטימונגפולער.
און פון די אלע דאזיגע הכרות ציט ביאליק דעם ריכטיגן שלוס, אז דאס "נאציאנאלע התלהבות" פון דער יידישער יוגנט, די "ליבשאפט" צו דער יידישער קולטור און צום יידישן לאנד זענען א קנאפער שוץ אקעגן אויסערלעכע נישט-יידישע השפעות. עס ווייזט זיך אויס, אז די אומגליקלעכע צוציאונג-קראפט פונעם באלשעוויזם אין רוסלאנד אויף א גרויסן חלק פון דער יידישער יוגנט האט ביאליקן שטארק אויפגעטרייסלט, און אט רופט ער מיט ווייטיג אויס: תנו לנו דפוסים חזקים, ליצוק בהם את רצוננו החלש י. (גיט אונדז שטארקע פארמען, אויסצופארמען דורך זיי אונדזער שוואכן ווילן!).
תורה-שבעל פה, און חוץ דעם פאלט, ליידער, ביאליק אליין שוין באלד דערנאך ארויס פון זיין ראל און ווערט זיך אליין אומגעטריי. עס ווייזט זיך אויס, אז עס האלט אים נאך צוריק אט יענע "פאלשע בושה", פון וועלכער עס רעדט אזוי טיף-באהארצט נתן בירנבוים[6], אין זיין "גאטס פאלק". און אט פרעגט ביאליק צום סוף פון זיין ציטירטן מאמר: ובכן, זאלן מיר זיך אומקערן צום שלחן-ערוך? און ער ענטפערט אויך באלד מיט א פארניינינדיגער תשובה.
נאר איצט וואלטן מיר אים פרעגן: פארוואס דען נישט? פארוואס נישט, אויב ער געפינט ערשט פריער, אז די מצוות זענען קלוג און גערעכט? פארוואס נישט, אויב ער אליין שטייט מיט גרויס דרך-ארץ און התלהבות פאר די רעליגיעזע אייביקייט-פעסטונגען פונעם יהדות? פארוואס נעמט ער זיך דאס רעכט נישט אנצוערקענען פארן כלל ישראל און פאר זיך די הלכה-זאמלונג פונעם שלחן-ערוך, אויב ער פילט אזוי טיף "אויף דער שוועל פונעם בית-המדרש" דעם כח פון תורה. און אויב ער אליין פארשטייט, אז דער סוד פונעם יידישן מסירת-נפש וואקסט ארויס פונעם בית מדרש? ("אם יש את נפשך לדעת").
יא, די "פאלשע בושה".!...
גובר געווען האט זי אין אונדזער נאר איינער, נתן בירנבוים. גובר געווען זי מיט א מוט זיך מתודה צו זיין, וועלכן מען טרעפט גארנישט אין דער יידישער היסטאריע. און אט באווייזט ער עס, וואס פאר א פנים עס האבן די אלע ליטערארישע גאט-זוכערס און סאלאן-פרומע מיט זייערע האלבקייטן און אומקאנסעקווענצן.
ווי אן אייביקער פעסטער לייכט-טורעם לייכט "גאטס פאלק" אין מיטן דעם ברויזנדיגן און אומקלארן געפילן-און געדאנקן-ים פון די יידישע נאציאנאל-טעארעטיקערס. א דערהויבענער נביאישער פאטאט נעמט ארום זיינע ספרים[7] . ווי ריזיגע בערג-קייטן לויפן די זאצן, איינער נאכן אנדערן. ווי בליצן פון אייביקייט, אזוי פינקלט עס ארום די שפיצן...
נאר דוקא דערפאר געהערן זיי נישט מער אריין אין דעם מאמר: דרך תשובה.
ווייל אין זיי איז שוין פאראן השגה, - פולע, טיפע השגה. ווייל אין זיי איז שוין פאראן יידישקייט, - א בליענדיג, שאפעריש יידישקייט.
הערות שוליים
[רעדאַקטירן]- ↑ וועגן יצחק לייבוש פרץ עיין וויקעפדיע יצחק לייבוש פרץ
- ↑ וועגן מאקס בראד עיין וויקעפדיע מאקס בראד
- ↑ "פראבלעמען פונעם מאדערנעם יידנטום". יעקב קלצקין הוגה דעות וסופר עברי. 1882-1906יליד פולין. למד בגרמניה ופעל בתנועה הציונית שם.
- ↑ וועגן חיים נחמן ביאליק עיין וויקעפדיע חיים נחמן ביאליק
- ↑ זאמל-בוך "כנסת", יאר 1917.
- ↑ וועגן נתן בירנבוים עיין וויקעפדיע נתן בירנבוים
- ↑ "גאטס פאלק", "דברי העולם", "פון אן אפיקורס געווארן א מאמין", "ארום דער אייביקייט", "אינעם דינסט פונים צוזאג", — וועלט־פארלאג, בערלין; פארלאג "ישרון", ווארשא א. אנד.