די יידישע רעליגיע און דאס יידישע פאלק
שער - - - קאפיטל איינס - - - קאפיטל צוויי - - - קאפיטל דריי - - - קאפיטל פיר
קאפיטל איינס
די יידישע רעליגיע און דאס יידישע פאלק
עס איז נאך נישט אוועק קיין לאנגע צייט, זייט די ערשטע חלוצים פונעם יידיש-נאציאנאלן געדאנק, האבן געהאט צו פירן א שווערע מלחמה אקעגן זייערע פארשידינע געגנער פון יידישע און נישט יידישע קרייזן, וואס האבן – אנשפּארנדיג זיך אויף שאבלאנמעסיקער בוך- וויסנשאפט – גארנישט געוואלט וויסן פון דער עקזיסטענץ פון א יידישער אומה. און אלס פועל יוצא פון דער דאזיגער שלילה גארנישט געוואלט הערן פון א יידישער קולטור, פון א יידיש לאנד וכדומה.
וואלט מען עס געווען געוואגט מיט א דור צוריק פאר אונדזערע עלטערן מיט זייער זעלבסט-פארשטעדלעכן לעבנס-חשק און פשטותדיקן "און מיר לעבן דאך" – עקשנות צו שטעלן אין דיסקוציע די עקזיסטענץ פון אונדזער אומה, אירע אידייען און האפנונגען – זיי וואלטן זיכער געשמייכלט און געשוויגן, אדער – אויפן ערגסטן אופן – געענטפערט אזוי: מעג זיך אייער בוך-חכמה זאגן וואס זי וויל, פאר אונדז און אפילו פאר דער גאנצער וועלט מוז דאך זיין וויכטיק נאר דאס, וואס מיר דאקומענטירן זייט צוויי טויזנט יאר אין גלות טראץ נויט און טויט:
מיר זענען א פאלק, כאטש מיר לעבן אין פרעמדע מדינות; מיר זענען עס, כאטש פון אונדזערע ביידע לשונות איז איינס לשון-הקודש, מכלומרשט "טויט", און דאס אנדערע, יידיש, מכלומרשט "זשארגאן". און מיר זענען עס אויך, כאטש מיר איגנארירן באוואוסטזיניק אייערע אייראפעאישע קולטור-אויפטוען און מיר גייען זיך אונדזער שווערן, איינזאמען אייביקייטס-וועג, וועלכן עס האט אונדז אנגעצייכנט אונדזער גאט, אונדזער היסטאריע, אונדזער גורל און אונדזער בלוט...
איז אבער דאס אומגליק, וואס כמעט אלע מזרח-און מערב-יידישע קעמפער פארן יידישן פאלקס-רעיון – כאטש זיי גייען א חוץ דעם אויף אנדערע דרכים – האבן זיך אפגעלערנט פון דער פריערדיגער תקופה פון ארגאניזירטער אפטריניקייט, (כפירה, עמאנציפאציע בלע״ז), משיג צו זיין יהדות און יידן נישט אויס זייער אייגן-און איינציג-ארטיקייט ארויס, נאר צו מעסטן זיי מיט אייראפעאישע מאָסבענדער.
אויב די אייראפע-חולאתדיגע משכילים האבן – גאט צו דאנק, מיט נישט־צוגעפאסטע כחות - געמאכט דעם טראגי־קאמישן פרואוו אראפצורייסן פונעם יידישן פאלקס-פאלאץ דעם הימל-גרייכנדיקן יהדות־טורים, און אנשטאט אים ארויפצוזעצן א לעכערלעכן מיסיע-אויפפוץ פאר בלויז פאראד וועגן, אזוי פרואוון עס היינט די אייראפע-פארחלשטע נאציאנאל-יידנטום-פרעידיקער מיט א נייען סינטעז: זיי ווילן דערגרייכן דאס אנשליסן זיך אין דער איראפעאישער קולטור אויפן יידישן לאנד, און אויפן יידישן לשון, ווייל אויפן אייראפעאישן לאנד און אייראפעאישן לשון האט עס זיך עפעס נישט גוט איינגעגעבן . . .
צוליב דעם מאכן זיי דאס אזעלכע קראמפהאפטע אנשטרענגונגען אנערקענט צו ווערן "פון דרויסן" – א זייער טרויעריקער סימן פון א יאוש אין דעם אייגענעם באהאלטענעם לעבנס-כח!
צוליב דעם מאכן זיי דאס אזעלכע פארצווייפלטע באמיאונגען – ארויפציענדיק דעם אייראפעאישן נאציע-באגריף אויפן סדום-בעטל - אנצוווענדן אים, מיט אלע פרטים און דקדוקים, אז א האר זאל חלילה נישט פעלן, אויך אויף דער יידישער אומה.
און צוליב דעם, הארכן און קוקן זיי דאס ארויס מיט אזא פחד אויף דעם "למה יאמרו הגוים"...
ווייל, ווי קאן עם דען אנדערש זיין, ווען מען קען נישט דאס אמתע מהות פונים יהדות און מען וויל מיט א נישט שעפערישער גזירה-שוה אנווענדן די מאדערן-אייראפעאישע אנשויאונגען (= השקפות) איבער מעטאפיזישע, רעליגיעזע, היסטארישע, נאציאנאלע און סאציאלע פראבלעמען אויף אלע יידישע פראגעס.
און ווי קענען זיי דען אנדערש זיין, זיי, די צרות-און לייד-יידן, וועלכע זענען געקומען צום יידישן נאציאנאליזם פאר צרות נישט צו קענען זיך אסימילירן און אויס דעם לייד פון זייער צעריסינער נשמה...
איז דאך נישט קיין בלויזער צופאל, אז די חובבי-ציון באוועגונג אין רוסלאנד האט ערשט אויפגעפלאקערט נאך דער פאגראם-כוואליע פון די יארן 1880 און 1881 און אז דער "יודנשטאט" פון הערצל האט דערזען די שיין פון דער וועלט גראד נאך דער דרייפוס-אפערע...
דערמיט ווערט נאטורלעך גארנישט אפגעלייקנט די איבערגעגעבנקייט פון אטייל אנפירנדיגע נאציאנאלע יידן פאר יידישע אינטערעסן, לויט ווי זיי זענען עס תופס, און אויך די עובדא, וואס יחידים צווישן זיי האבן אפילו געזוכט דעם טיפערן קערן פונעם יהדות. א ודאי האבן אויך א סאך צווישן זיי שוין בלויז דורך זייער דערציאונג, זייער סביבה און וועלט-אנשויאונג (= השקפת עולם) א טיפער שייכות צום יהדות!
אבער נישט דאס איז דער עיקר.
עם האנדלט זיך אין דעם, ווי אזוי די טעאריע פונעם יידישן נאציאנאליזם (אדער ציוניזם) באציט זיך בכלל צום יידישן דת און צו יהדות און פון דעם דאזיגן שטאנדפונקט אויס דארף דער יידישער נאציאנאלער רעיון געצויגן ווערן אונטער קריטיק.
און אויב עמעצער מיינט, אז די טעארעטישע יסודות פונעם יידישן נאציאנאליזם זענען נישט אזוי וויכטיג פאר דער אנטיוויקלונג פון די געשעענישן אינעם יידישן פאלק, האט ער אן אומגליקלעכן טעות.
עס איז גענוג א קוק צו טון, למשל, אויף דעם אומגעהיירן פראקטישן באטייט פון די טעארעטישע חבורים פון די באגרינדער פונעם סאציאליזם און זייער השפעה אויף דער אנטוויקלונג פון דער סאציאליסטישער באוועגונג, כדי אויך דער ניכטערנסטער פראקטיקער זאל זיך איבערצייגן, אז אידייען און טעאריעס קענען שטארק באאיינפלוסן דעם לעבנס־שטייגער און די וועלט-געשעענישן, אויב די דאזיגע אידייען און טעאריעס געפונען א גוטן באדן און קענען זיך געהעריק אנטוויקלן.
דעריבער איז עס די העכסטע צייט צו אונטערזוכן און קריטיש צו רעווידירן די יידיש־נאציאנאלע אידעאלאגיע, אויף וויפל און ווי ווייט נישט-יידישער, אדער פרעמד-יידישער תוכן עם איז אין איר פאראן.
לאמיר אקארשט נעמען אלס התחלה־פונקט פון אונדזער אונטערזוכונג די עובדא פון אונדזער צוויי־טויזנט-יעריקער עקזיסטענץ אין גלות, א עובדא, וועלכע איז לכל הדעות זייער חידושדיק און נישט-געוויינטלעך.
וואלטן אונדזערע יידישע נאציאנאל־טעארעטיקער זיך נישט געפינען (מער, אדער ווייניקער) אונטערן כשוף פון דער אייראפעאישער השגה איבער היסטאריע, דעמאלט וואלטן זיי דאך געמוזט פארשטיין, אז בנוגע דעם יידישן פאלק זאגן אזעלכע אויסדרוקן, ווי למשל: עלאסטישקייט פון ראסע, געבוירענע לעבנס־ענערגיע וכדו' גארנישט קיץ ממשותדיקס. אויב דער מוח איז נאר נישט פארטונקלט פונים וויסנשאפטלעכן דאקטרינאריזם, דעמאלט מוז מען דאך מודה זיין, אז די וועלט־געשיכטע גיט דורכן יידישן פאלק א מוסטער-ביישפיל, היינו: אמוסטער-ביישפיל פון א פאלק, וואס נישט-הארכנדיג די תביעות פון לעבן און "רוח הזמן" און פאלגנדיק בלויז די הויכע אידייען און געזעצן , וועלכע עס אנערקענט, לעבט עס און האט א קיום שוין טויזנטער יארן.
אבער אונדזערע נאציאנאלע אידיאלאגן באנוגענען זיך מיט דער בלויזער אגיטאטארישער עקספלאטאציע פונעם העראישן לעבנס און ליידנס-וועג פונים יידישן פאלק, נישט ארויסנעמענדיק קיין שום מסקנות פון אט דער דערהויבענער מיסטעריע פון דעם אייביקן וואנדער-פאלק.
דעריבער פעלט זיי אויך דאס פארשטייעניש פאר דער גרעסטער הכרה פון אט דעם פאלק – דאס פארשטייעניש פאר דעם אלקי ישראל און זיין תורה!
זאל מען עס נאר א קוק טון, ווי עם זעט אויס דער "אמת" פון זייער "היסטארישן" באטראכטונגס-אופן:
פאראן א פאלק, וואס פארמאגט דעם "ספר הספרים" פון דער וועלט, דעם תנ״ך, א ספר, וואס איז אפילו לויט דער היידניש אייראפעאישער השקפה, א זייל פון דער גאנצער קולטור-געשיכטע פון דער מענטשהייט.
פאראן א פאלק, וואס פון זיין שויס זענען ארויסגעקומען דריי רעליגיעס, וואס באהערשן נאך ביז היינט כמעט די גאנצע קולטור-וועלט, א פאלק, וואס זיינע רעליגיעזע, זיטלעכע און סאציאלע אידייען האבן ארויפגעלייגט זייער חותם - כאטש אונטער אנדערע פארמען - אויף גרויסע געשיכטלעכע תקופות. א פאלק, וואס זיין מעכטיגער פאטאס פאר צדק און יושר, וועלכן ער האט אין דער וועלט אזוי אבסאלוט און נישט-פשרהדיק ארויסגעשליידערט, ווירקט נאך היינט צוטאג אזוי וועלט-אויפטרייסלענדיג –
און אזא פאלק זאל אפשאצן זיין רעליגיאזיטעט, ווי אנדערע מאדערנע אומות טוען עס? און אזא פאלק זאל אנווייז פאר זיין רעליגיאזיטעט בלויז א פארשימלטן ווינקל אין זיין לעבן, ווי אונדזערע נאציאנאל-טעארעטיקער ווילן דאס, אדער אפשר גאר דאס אויך נישט?...
וועט מען מיר אפשר ענטפערן: אונדזערע נאציאנאלע טעארעטיקער ווערן דאך נישט מיך אנצוווייזן אויף דעם תנ״ך און אויף די נביאים –
אבער ווי קאמענטירן זיי דעם תנ"ך? ווי פאלש און אויבנאויפיג פארטייטשן זיי די יידישע נביאים, וועלכע זיי פארהערלעכן כסדר און פאלגן קיין מאל נישט? . . .
דער עיקר-געדאנק פון די נביאים איז אט דער: די גאנצע נישט יידישע וועלט לעבט אין שקר, אן דעת ה'. נאר דאס יידישע פאלק, וואס האט דעם זכות און דאס גליק, גאט צופילן און צו דערקענען, אויף ווי ווייט מענטשן קענען אים בכלל תופס זיין, נאר דאס דאזיגע פאלק, וועמען עס איז געשען דער גרויסער נס פון התגלות אלקית און פון גאולה אויס פארשקלאפטקייט און פארזומפונג, – נאר דאס פאלק האט די אויפגאבע עולה צו זיין און צו ווערן א מוסטער-פאלק: דער ברען-פונקט פונים רוחנישן ווייטערשריט און דער שפיץ-פונקט פונעם היסטארישן געשעעניש...
און אויב אזוי, קענען מיר פאר דער איצטיגער צייט דערפון ארויסלערנען נישט מסכים צו זיין פון איין זייט צו דעם וואסערדיקן תעודה־געדאנק, אן א שום אחיזה אין פאלק און אין באדן וואס האט נאר פאר די אויגן עפעס א סקעלעט-יינדטום, אן זאפט און קראפט...
אבער פון דער צווייטער זייט איז אויך געדרונגן, אז מיר מוזן אפווארפן דעם בלויזן טעריטאריאלן תחיה-אידעאל, וואס אנשפארנדיג זיך אויף דער אייראפעאישער מעכאנישער לעבנס-פארעם, דעגראדירט ער דאס צענטראל־פראבלעם פונעם יידנטום צו א פארענטפערונג פון דער יידישער מאגן-פראגע און שטעלט אוועק אלס העכסטן ציל פון א פיר-טויזנט-יעריקער אומה א "נארמאל זיך אויסלעבן" אין דער יידישער היים.
ניין, דאס איז צו ווייניג.
אויב מיר זענען אייניקלעך פון די נביאים, דעמאלט מוזן מיר פארשטיין, אז דער העכסטער אידעאל פונעם יידישן פאלק מוז זיין, דאס עולה זיין און דאס דערהייבן זיך צו א מוסטער-פאלק און דאס דערפילן די חובות, וואס זענען אויף אונדז ארויפגעלייגט געווארן אלס "עם ה".
האבן אונדזערע נאציאנאלע טעארעטיקער אט דעם תכלית פאר זייערע אויגן, אדער זענען זיי נאר אפשר מיט-שולדיק אין דער פארפלאכונג און פארפעלשונג פונעם אריגינעלן יידישן רוחניות?
וועגן דעם - אין די צוויי נאענטסטע קאפיטלעך.