לדלג לתוכן

די שול און דער פרעזידענט ג

פֿון װיקיביבליאָטעק
(אַריבערגעפֿירט פון די שול און דער פרעזידענט 7 8)

א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו - - ז - - ח - - ט - - י - - יא


געבן א מעגליכקייט צו דרוקן מיינע ספרים וועלכע טוען זיך דרוקן צוליב דער טובה פון אונזער תורה און פון אונזער פאלק.

אויך בעט איך אלע פרעזידענטן פון די שולן און איך פאדער זיי אויף, אז זיי זאלן שיקן נאך די איבעריקע ספרים וועלכע איז דא ביי מיר, און זיי זאלן ארייננעמען זיי אין זייערע שולן ווייל זיי נויטיק אין יעדער שול, און אלע יידן זאלן זיי לערנען ומלאה הארץ דעה.

אויך איז יעדער פרעזידענט מחוייב צו קויפן פון מיר ה"ר מזאה די וויכטיקע זאכן דינים ומנהגי ביהכנ"ס ודיני קריאת התורה, וואס דארטן איז דא פיל נויטיקע דינים וואס א שול מוז זיי האבן. דאס איז געדרוקט אויף קאַרדבאָרד (= טאָוול), כדי מען זאל דאס קענען אויפהענגען אויף דער וואנט..

איך פארהאף אז דער ספר וועט נאך מער פארשפרייט ווערען ווי די אלע אנדערע ספרים לטובת עמנו ותורתנו, און איך וויל בעטן די פרעזידענטן, טאן פאר יידישקייט און העלפן מיר פארקויפן מיינע ספרים וועלכע זיינען זייער נויטיק אין אלע יידישע היימען, וועלען אלע יידן וויסן ווי צו היטן אונזער תורה וואס דאס איז דער קוואל פון אונזער לעבן. און מיר וועלן לעבן לאנג און מיר וועלען האבן גפ"ן, ראשי תבות "געזונט", "פרנסה", "נחת", און מיר וועלען זוכה זיין צו דער דערהייבונג פון אונזער תורה, און אז משיח זאל שוין קומען, און מיר וועלען אויסגעלייזט ווערען גאר אין גיכן מיט דער אמת'ער גאולה ווי עס ווינטשט און בענטשט אלע יידן מיט אלעס גוטן.

ר' אלי' מרדכי הכהן מזאה


בעזהש"י

די שול, דער פרעזידענט און די באאמאטערס, ווי זיי זאלן זיך אויפירן אין זייער אמט.

כאטש דער אמט פון א פרעזידענט אין א שול אדער אין א סאסייעטי (= סאציאל-ארבעט) פארשאפט דעם מענטשן פיל כבוד, און אלע ווילן האבן כבוד, און בפרט אזא כבוד וואס מען דארף נישט הארעווען און נישט ארבעטן שווער, ביז מען זאל זיין ראוי און מען זאל זיין ווערט צו ווערען א פרעזידענט. ווייל קיין באזונדערע שטודיום דערויף (= אויף דעם) פאדערט זיך נישט, אזא לייכטן כבוד ווילט זיך דאך יעדן איינעם האבן, אבער מען טאר זיך נישט נאכיאגן נאך דעם אמט, ווייל דורך דעם אמט, אויב מען ווייס נישט ווי צו פירן, פאזינדיקט מען ח"ו די וועלט און אויך יענע וועלט. ווייל פיל מאל איז ער פאראנטווארטלעך אויך פאר דער זינד און פאר די נארישקייטן וואס אנדערע פון זיין געמיינדע טוען, און פיל מאל ווערט געטאן אין די געמיינדעס אזעלכע זאכן וואס זייער אומוויסהייט (= אומוויסן) האט מיט געבראכט דאס צו טאן, אז עס בלייבן אן אייביקע שאנדע פאר דער געמיינדע.

דארום (= דעריבער) אלס פרעזידענט מוז ער פיל איבערקלערן ביי יעדער זאך וואס ווערט געטאן, און מיר האבן בעזהש"י געלאזט דרוקן דעם חשובן ספר, אז באאמטערס פון שולן זאלן וויסן ווי צו פירן זיך. און אויב דא פעלן אייניקע זאכן, זאל ער קיין מאל נישט טאן קיין זאך אליין, ער מוז זיך מיישב זיין ביי דער קלענסטער זאך וואס ער גייט טאן. דעם ספר לייען דורך עטלעכע מאל, און האלט אימער ביי זיך, וועסטו באגליקן ביי דעם אמט און אלע וועלען זיין צופרידן פון דיין פירונג, וועט מקויים ווערען "והסר ממנו יגון ואנחה" וויי עס ווינטש.

הרב ר' אליהו מרדכי הכהן מזאה