די שול און דער פרעזידענט יא

פֿון װיקיביבליאָטעק
(אַריבערגעפֿירט פון די שול און דער פרעזידענט 23 24)

א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו - - ז - - ח - - ט - - י - - יא


געגעבן זיי ברויט, אויב זיין שול וועט נישט געבן און אלע שולן וועלן אים נאכטאן, וועלן זיי פאלן פון הונגער, דארף ער זען שאפן וויפיל ער קאן, וועט אים גאט העלפן.

ז) ביי יעדער שול מוז זיין צוזאמענגעקליבן געלט נאר פאר ארעמעלייט. אז עס קומט אזא וואס מען קאן אים נישט לאזן זאגן, (דאס הייסט: ער ווייסט נישט רעדן פאר אלעמען און זאגן זיין פראבלעם) זאל מען אים געבן גלייך (= באלד), ער זאל קענען אריינגיין אין נאך א שול, ער זאל קענען האבן פאר זיין הונגעריקע פרוי און קינדער צו עסן.

ח) יעדער ייד מוז געבן אין דער קאסע פון צדקה. דער רייכער מער און דער ארימאן ווייניקער.

ט) דער פרעזינדעט מוז געבן צו פארשטיין די מענטשן וועלכע ווען זיי דערזען א תלמיד-חכם, אדער אזוי אן ארעמאן, פאנגען זיין אן שרייען, אז מען פארטרייבט די מענטשן פון שול צוליב די נדבות. מוז ער זיי געבן צו פארשטיין אז מען פארטרייבט נישט קיין מענטשן, ווייל דאס זיינען נישט קיין מענטשן אז זיי קענען אוועקגיין צוליב דעם וואס ער דארף געבן א נדבה. ער איז זאט, וויל ער נישט גלויבן קיין הונגעריקן. און פאר נישט גלויבן דעם ארעמאן ווערט ער ח"ו אליין אן ארעמאן. און דאן זעט מען דעם פעלער וואס מען איז באגאנגען.

י) האלט אפן אלע מאל די שול פאר ת"ח. אויב זיי זיינען ראוי מען זאל זיי לאזן זאגן אויפן בימה, לאזט זיי זאגן. און אויב זיי זיינען נישט ראוי צו לאזן זאגן אויפן בימה, האט גרייט אלע מאל געלט פאר ארעמעלייט צו געבן זיי. און אויב איר האט נישט גרייט, זאל יעדערער געבן דעם ארעמאן. לאזט קיינמאל נישא ארויס קיין ארעמאן ליידיק. און בזכות זה וועט אים קיין מאל נישט וויסן פון קיין ארעמקייט, און מיט וועלן זוכה זיין צו די ריכטיקע פרעזידענטן, ריכטיקע פירערס, וואס זיי זאלן אונז פירן אין ירושלים אונזער היים. און עס וועט געהייבן ווערן דעם כח התורה, מיט דער תורה, מיט אירע לערנערס, בתוך כלל ישראל כחפץ,

ר' אלי' מורכי הכהן מזאה

יעדער ייד איז מחויב צו קויפן די ספרים מהרב ר' אלי' מרדכי הכהן מזאה

אין יעדען יידישן הויז מוזן זיי זיך געפינען. מען זאל זיי לערנען צו וויסן ווי צו לעבן אלס ייד, וועט מען זוכה זיין לשתי עולומות, אמן.

די ספרים זיינען צו פארקויפן ביי הרב מזאה. ספר שפתי ראם – א ספר הלכה פאר לומדי תורה, וואו זיי וועלען געפינען פיל וויכטיקע תורה.

ספר שמירת הנפשות - - - - - אידיש
ספר הצלת נפשות ------ יידיש
ספר ברכת נפשות - - - - - - יידיש
ספר די שול און דער פרעזידענט - יידיש
ספר פתרון חלומות - - - - - - יידיש
ספר משיח גייט - - - - - - - יידיש
ספר משיח אלמים - - - - - - יידיש

און אין גיכן בעזהשי"ת וועט געדרוקט ווערען דער וויכטיקער און זייער חשוב'ער ספר חידושי ראם – א ספר וואס ,לומדי תורה וועלן פון אים פיל לערנען.

שיקט אייערע אדרעסן און פאדערט די ספרים.