טייטש יהואש במדבר פרק ב

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

במדבר פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו (חומש בית יהודה ווערסיע במדבר ב)


א און גאָט האָט גערעדט צו משהן און צו אהרנען, אזוי צו זאָגן. ב איטלעכער ביי זיי פאָן, לויט די צייכנס פון זייערע פאָטערהייזער, זאָלן לאַגערן די קינדער פון ישראל; אַקעגנאיבּער רונד ארום דעם אוהל מועד זאָלן זיי לאַגערן. ג און די וואָס לאגערן אין מזרח צו זונאויפגאַנג זאָלן זיין: די פאָן פון דעם לאַגער יהודה לויט זייערע מחנות, מיט דעם פירשט פון די קינדער פון יהודה, נַחשוֹן דעם זון פון עַמִינָדָבן, ד און זיין חיל – זייערע געציילטע, פיר און זיבעציק טויזנט און זעקס הונדערט. ה און די וואָס לאַגערן לעבן אים: שבט יִשׂשָׂכָר, מיט דעם פירשט פון די קינדער פון יִשׂשָׂכָר, נְתַנְאֵל דעם זון פון צוֹעַרן, ו און זיין חיל – זייערע געציילטע, פיר און פופציק טויזנט און פיר הונדערט. ז שבט זבולון, מיט דעם פירשט פון די קינדער פון זבולון, אֶלִיאָב דעם זון פון חֵלוֹנען, ח און זיין חיל – זייערע געציילטע, זיבן און פופציק טויזנט און פיר הונדערט. ט אַלע געציילטע פון דעם לאַגער פון יהודה: הונדערט און אכציק טויזנט און זעקס טויזנט און פיר הונדערט, לויט זייערע מחנות. זיי זאָלן ציען צוערשט.

י די פאָן פון דעם לאַגער פון ראובן זאָל זיין צו דרום, לויט זייערע מחנות, מיט דעם פירשט פון די קינדער פון ראובן, אֶלִיצוּר דעם זון פון שְדֵיאוּרן, יא און זיין חיל – זייערע געציילטע, זעקס און פערציק טויזנט און פינף הונדערט. יב און די וואָס לאַגערן לעבן אים: שבט שמעון, מיט דעם פירשט פון די קינדער פון שמעון, שְלוּמִיאֵל דעם זון פון צוּרִישַדָין, יג און זיין חיל – זייערע געציילטע, ניין און פופציק טויזנט און דריי הונדערט. יד און שבט גָד, מיט דעם פירשט פון די קינדער פון גָד, אֶליָסָף דעם זון פון רְעוּאֵלן, טו און זיין חיל – זייערע געציילטע, פינף פערציק טויזנט און זעקס הונדערט און פופציק.

טז אַלע געציילטע פון דעם לאַגער פון ראובן: הונדערט טויזנט און איין און פופציק טויזנט און פיר הונדערט און פופציק, לויט זייערע מחנות. און זיי זאָלן ציען די צווייטע

יז און דער אוהל מועד, דער לאַגער פון די לויים, זאל ציען אין מיטן פון די לאַגערן; אזוי ווי זיי רוען, אזוי זאָלן זיי ציען; איטלעכער אויף זיין אָרט לויט זייערע פאָנעס.

יח די פאָן פון דעם לאַגער פון אפרים לויט זייערע מחנות זאָל זיין צו מערב, מיט דעם פירשט פון די קינדער פון אפרים, אֶלִישָמָע דעם זון פון עַמִיהוּדן, יט און זיין חיל – זייערע געציילטע, פערציק טויזנט און פינף הונדערט. כ און לעבן אים שבט מנשה, מיט דעם פירשט פון די קינדער פון מנשה, גַמְלִיאֵל דעם זון פון פְּדָהצוּרן, כא און זיין חיל – זייערע געציילטע, צוויי און דרייסיק טויזנט און צוויי הונדערט. כב און שבט בּנימין, מיט דעם פירשט פון די קינדער פון בּנימין, אַבִידָן דעם זון פון גִדְעוֹנין, כג און זיין חיל – זייערע געציילטע, פינף און דרייסיק טויזנט און פיר הונדערט. כד אַלע געציילטע פון דעם לאַגער פון אפרים: הונדערט טויזנט און אכט טויזנט און הונדערט, לויט זייערע מחנות. און זיי זאָלן ציען די דריטע.

כה די פאָן פון דעם לאַגער פון דָן זאָל זיין צו מערב, לוט זייערע מחנות, מיט דעם פירשט פון די קינדער פון דָן, אַחִיעֶזֶר דעם זון פון עַמִישַדָין, כו און זיין חיל – זייערע געציילטע, צוויי און זעכציק טויזנט און זיבּן הונדערט. כז און די וואס לאגערן לעבן אים: שבט אשר, מיט דעם פירשט פון די קינדער פון אשר, פַּגְעִיאֵל דעם זון פון עָכְרָנען, כח און זיין חיל – זייערע געציילטע, איין און פערציק טויזנט און הונדערט. כט און שבט נפתלי, מיט דעם פירשט פון די קינדער פון נפתּלי, אַחִירַע דעם זון פון עֵינָנען, ל און זיין חיל – זייערע געציילטע, דריי און פופציק טויזנט און פיר הונדערט. לא אַלע געציילטע פון דעם לאַגער פון דָן: הונדערט טויזנט און זיבּן און פופציק טויזנט און זעקס הונדערט. זיי זאָלן ציען צולעצט לוט זייערע פאָנעס.

לב דאס זיינען די גציילטע פון די קינדער פון ישראל, לויט זייערע פאָטערהייזער; אַלע געציילטע פון די לאַגערן, לויט זייערע מחנות, זיינען געווען זעקס מאָל הונדערט טויזנט און דריי טויזנט און פינף הונדערט און פופציק. לג אָבּער די לויים זיינען נישט געציילט געוואָרן צווישן די קינדער פון ישראל; אזוי ווי גאָט האָט באַפוילן משהן.

לד און די קינדער פון ישראל האָבּן געטאָן אזוי ווי אַלץ וואָס גאָט האָט באַפוילן משהן; אזוי האָבּן זיי גערוט לויט זייערע פאָנעס, און אזוי האָבּן זיי געצויגן, איטלעכער לויט זייער משפחות, ביי זיין פאָטערהויז.

ביאורי פסוקים