לדלג לתוכן

אשר בנחל ז

פֿון װיקיביבליאָטעק

אשר בנחל בריוו: - א - ב - ג - ד - ה - ו - ז - ח - ט - י - יא - יב - יג


דו דארפסט וויסן, אז אויף דער וועלט איז אלעס אינגאנצן באהאלטן פונעם מענטש, ער ווייסט נישט וואס מ'קען אנרופן א מציאה און א גוטע מזל, און וואס אנצורופן אז דאס איז צרות און יסורים און אז "ס'גייט שלעכט". ווייל טייל מאל איז דער מענטש זוכה צו א גרויסע עשירות, און צום סוף ווערט עס אויף אים איבערגעדרייט, אפי' נאך אויף די וועלט, צו זייער א גרויס שלעכטס און אוודאי אויף יענער וועלט אזוי ווי עס שטייט (קהלת ה'): "עֹשֶר שָמוּר לִבְּעָלָיו לְרָעָתוֹ" - עס איז דא אן עשירות וואס ברענגט נאר שלעכטס פאר זיין בעל הבית, און אזוי אויך פארקערט, עס זענען דא די וואס האבן ארעמקייט און יסורים און באמת איז עס פאר זיי א טובה אפי' נאך אויף דער וועלט און אוודאי אויף יענער וועלט. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (תנא דבי אליהו, זוטא פרק י"א): די אנהויב פון די צדיקים איז יסורים און זייער סוף איז רואיג און צופרידן. נאך מער האבן זיי געזאגט (מדרש תנחומא פרשת כי תצא): א מענטש דארף דאנקן דעם אייבערשטן ווען די יסורים קומען אויף אים ווייל די יסורים ציען דעם מענטש צו השי"ת. און וועגן דעם ווייסט נישט דער מענטש אמת'דיג וואס איז גוט און וואס איז שלעכט, ווייל עס קען זיין וואס ער טראכט אז עס איז שלעכטס איז גאר א גרויסע טובה פאר אים, און דאס זעלבע פארקערט, וואס ער טראכט אז עס איז גוטס, איז באמת זייער שלעכט פאר אים. און אז דו וועסט אביסל אריינטראכטן וועסטו פארשטיין, אז דאס עיקר גוטס און אמת'ע פארדינסט אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט, איז נאר, אז ער איז זוכה צו טרעפן אין יעדן איינציגן טאג די גוטסקייט וואס ליגט אין דעם טאג, וואס דאס איז הקב"ה אליין. אזויווי עס שטייט (תהלים קמ"ה): "טוֹב ה' לַכֹּל וְרַחֲמָיו עַל כָּל מַעֲשָיו" - השי"ת איז גוט צו אלע מענטשן, אפי' צו די רשעים, און זיין רחמנות איז אויף אלע זיינע מעשים. ווייל עס איז נישט דא נאך אזא אמת'ע אייביגע גוטס ווי דאס דביקות אין השי"ת.

וועגן דעם דארפסטו זיך שטענדיג ציען נאר צו השי"ת, און דו דארפסט וויסן אז אלע צרות און יסורים וואס השי"ת שיקט אויף דיר איז נאר דיר מקרב צו זיין, נישט דיר צו דערווייטערן ח"ו. דעם כלל זאלסטו גוט אריינעמען אין דיר וואס די הייליגע חכמים זאגן (ברכות ס.): אלעס וואס השי"ת טוט איז צום גוטן. אפי' יעצט זעסטו נישט די טובה וואס קומט ארויס פאר דיר פון די צרה, פון דעסטוועגן דאך דארפסטו גלייבן, אז פון אים גייט נישט ארויס קיין שום שלעכטס און אין א יעדע זאך ליגט פארבארגן און באהאלטן גוטס פאר דיר. וועגן דעם געוויין זיך איין שטענדיג צו לויבן דעם אייבערשטן, און דערמאן זיך די גרויסע חסדים וואס ער האט שוין געטוהן מיט דיר ביז יעצט און דאנק און לויב דעם אייבערשטן פאר דעם, אפי' יעצט, צוליב דיינע שווערע איבערגייענישן און דיין עניות ודחקות איז דיר אזוי ביטער, אז דו האסט שוין אינגאנצן פארגעסן די אלע טובות וואס ער האט געטוהן מיט דיר און ס'דאכט זיך דיר אז אלעמאל האסטו נאר געהאט שלעכטס ח"ו. ברודער, ברודער! וויאזוי ס'איז, הייב אן זיך צו דערמאנען וויפיל מאל דו ביסט שוין געווען אין פארשידענע צרות און פראבלעמען און דאך האט דער אייבערשטער רחמנות געהאט אויף דיר און דיר ארויסגענומען פון די חשכות און יסורים, אזוי האף יעצט אויך אז ער וועט דיר העלפן, נאר זיי זיך נישט מייאש ח"ו אפי' אין דיינע שווערסטע מצבים וואס גייט אויף דיר יעצט אדורך.