לדלג לתוכן

אשר בנחל מכתב א

פֿון װיקיביבליאָטעק

אשר בנחל בריוו: - א - ב - ג - ד - ה - ו - ז - ח - ט - י - יא - יב - יג


בעזרת השם יתברך

יום ששי ערב שבת קודש לסדר תזריע מצורע ה' תשל"ד

ששון ושמחה ישיגו וירדפו אל אהובי, אחי ורעי, הבחור היקר לי מאד, שותה ממי הנחל נובע מקור חכמה, זכותו יגן עלינו ... נרו יאיר ויזרח.

טייערער חבר, געלויבט איז השם יתברך וואס האט אונז אזא גרויסן חסד חנם געטאן און מיר האבן זיך דערוואוסט פון הייליגן רבין, טוב להודות להשם יתברך על כל החסד חנם שעשה עמנו, איינס פון די יסודות פון הייליגן רבין איז מען זאל זיך תמיד משמח זיין ווי עס זאל נאר נישט דורך גיין אויף דעם מענטש אויף די וועלט, דען מצוות השמחה איז איין מצוה וואס איז כולל אלע מצוות, דער אריז"ל האט דערציילט זיינע תלמידים דאס דער עיקר וואס ער האט זוכה געווען צו קומען צו זיינע גרויסע מדרגות איז געווען צוליב די מצוה פון שמחה, ביי יעדע מצוה וואס ער האט זוכה געווען מקיים צו זיין, איז ער געווען זייער פריילעך (עי' בתחילת ספר חרדים).

דער רבי זאגט (ספר המדות אות שמחה סימן א'): ווען א מענטש טוט א מצוה מיט שמחה איז דאס א סימן דאס זיין הארץ איז גאנץ צו השם יתברך, די הייליקע חכמים זאגן (ירושלמי סוכה פרק ה' הלכה א'): אין רוח הקודש שורה אלא על לב שמח, רוח הקודש טוט נישט רוען נאר אויף א פריילעך הארץ, ווארום ווען דער מענטש געוואוינט זיך איין תמיד פריילעך צו זיין, איז ער זוכה צו א באזעסענעם מוח (ליקוטי מוהר"ן חלק ב' סימן י'):, און ווען דער מענטש האט א באזעסענעם מוח ווערט ביי אים נתגלה דער אמת, דאס עס איז נישט דא קיין שום מציאות אויסער השם יתברך, דען די גאנצע וועלט איז א לבוש פאר געטליכקייט, ובכל תנועה ותנועה שם אלופו של עולם, און ווען דער מענטש איז זוכה צו קומען צו די ידיעה דאס אלץ איז אלקות און אלקות איז אלעס, כי הוא יתברך מחיה ומהוה הכל, דאן ווייסט ער שוין קלאר דאס עס איז קיין יאוש נישט פארהאנען ווייל (תהלים קל"ט): אנה אלך מרוחך ואנה מפניך אברח אם אסק שמים שם אתה ואציעה שאול הנך", מ'קען טרעפן השם יתברך אין יעדן מצב, און אין אלע מקומות, און אזוי ארום עפענט מען אויף דאס מויל און מען רעדט צו אים וואס דאס הייסט התבודדות, וואס דאס איז א בחינה פון רוח הקודש, (ליקוטי מוהר"ן חלק א' סימן קנ"ו): אויך זאגן די חז"ל איזהו עשיר השמח בחלקו, דען דער שלימות פון עשירות איז נאר השמח בחלקו, ער פריידט זיך מיט דעם וואס ער האט אזוי ווי דער תם הקדוש (סיפורי מעשיות מעשה ט'): איז תמיד פרייליך געווען און ער האט זיך מחיה געווען מיט וואס ער האט געהאט און דייקא דורך דעם איז ער געקומען צו זיינע גרויסע מדריגות, אין תנא דבי אליהו רבה (פרק כ"ט) שטייט: יעשה אדם מצוותיה של תורה בשמחה ותחשב לו לצדקה, א מענטש זאל טון די מצוות פון די תורה בשמחה וועט אים די שמחה אליין פאררעכנט ווערן אזוי ווי ער האט געטאן צדקה.

איבער דעם טייערער חבר שטארק זיך איצט זייער אין שמחה זיי מקיים די מצוות יעדן טאג מיט גרויס שמחה, ווי ציצית, תפילין, שבת, צדקה, ברכת המזון, והשלש תפילות שחרית מנחה מעריב וכו' וכו', און זעה צו טאנצן אלע טאג, האב פאר קיינעם קיין מורא נישט, השם יתברך איז מיט דיר, ביי דיר, נעבן דיר, דערצייל אים אויס דיין גאנץ הארץ יעדן טאג, און חז"ל זאגן (מדרש רבה פ' בלק): שכל מי שחוטא ואומר חטאתי אין רשות למלאך ליגע בו, א יעדער וואס האט געזינדיגט און זאגט פאר השם יתברך איך האב געזינדיגט, האט קיין מלאך נישט קיין רשות אים אנצורירן, ביי השם יתברך איז זייער זייער חשוב דיבורים זעה דאס מקיים זיין אלע טאג "שמחה והתבודדות", וועט דיר תמיד גוט זיין.

מחמת טירדות ערב שבת קודש אקצר.

ידידך....