אשר בנחל ט

פֿון װיקיביבליאָטעק

אשר בנחל בריוו: - א - ב - ג - ד - ה - ו - ז - ח - ט - י - יא - יב - יג


טייערער ברודער, טראכט נישט אז די הייליגע אבות אברהם יצחק און יעקב זענען צוגעקומען צו זייער מדרגה אז השי"ת האט געמאכט רוען אויף זיי די הייליגע שכינה און זיי זענען געקומען צו די העכסטע מדרגה אן קיין שום פלאגעניש און טירחות. ניין, טראכט נישט אזוי אפי' קיין רגע, נאר געדענק די ווערטער פון חכמינו ז"ל (מדרש תנחומא פרשת עקב): יעדער וואס איז בצער אין אנפאנג איז אים צום סוף זיס. מען זעט נישט א מענטש וואס זאל האבן אזוי פיל צער ווי אברהם, יצחק אדער יעקב, וואס יעדער פון זיי באזונדער האט זיך געפלאגט אין אנפאנג מיט אלע מיני צרות און נסיונות און ס'איז דורכגעגאנגען אויף זיי זייער ביטערע צייטן און זיי האבן נישט געפרעגט קיין קשיות אויפן אייבערשטן, וואס דורך דעם דווקא האבן זיי זוכה געווען צו קומען צו אזא מדרגה אז זיי זענען געווארן די מרכבה צום אור אין סוף ברוך הוא. דערפאר, דאס זעלבע דו, מיין געליבטער, טייערער ברודער! אפי' איך ווייס אז יעצט איז דיר דאס לעבן זייער שווער און ביטער, אבער אויב דו וועסט זיך יעצט שטארקן, און וועסט נישט האבן קיין טענות אויף אים, נאר דו וועסט בעטן ברחמים ותחנונים, אזוי ווי אן ארעמאן בעט זיך ביים טיר, דעמאלסט, טייערער ברודער, אין יענע רגע וועסטו זוכה זיין צו ווערן א כלי מקבל צו זיין אז די שכינה זאל רוען אויף דיר, און אז די נאמען פון השי"ת זאל גערופן ווערן אויף דיין נאמען, און דו וועסט ווערן די מרכבה צו מגלה זיין דעם אייבערשטן אויף דער וועלט.

טייערער ברודער! דארפסט וויסן אז ווען דער מענטש געדענקט שטענדיג דעם אייבערשטן, און ער לייגט גוט אריין אין זיך דאס אמת'ע מציאות אז השי"ת איז דא, און ער פארגעסט נישט פון אים אפי' אויף א קליינע צייט, און כל שכן ווען ער איז זוכה תשובה צו טון און זיך דורכצוטראכטן אלעס וואס ער טוט, צו אזוי איז ראוי דורכצוגיין זיין לעבן אויף דער וועלט און ער רעדט שטענדיג צום אייבערשטן (אויף זיין מאמע לשון), דעמאלסט איז ער זוכה אז מען שרייבט אים אן צום גוטן און מען איז מבטל פון אים אלע זיינע יסורים און ביטערניש, און עס איז אינגאנצן נישטא אויף אים קיין דין אויף יענער וועלט. אויב אבער ער אנטלויפט נישט צום אייבערשטן און ער טראכט נישט פון אים, און כל שכן ווען ער רעדט נישט מיטן אייבערשטן און ער קוקט זיך נישט דורך וואס ער טוט אויף דער וועלט, דעמאלטס, דערווייטערט זיך דער אייבערשטער פון אים און עס פארמערן זיך זיינע צרות און יסורים. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (מדרש תנחומא פרשת בהר): ווען ס'קומט אן אויפ'ן מענטש א צרה און ער טוט תשובה, ראטעוועט אים הקב"ה פון די צרה און אויב נישט, ברענגט אים הקב"ה נאך א צרה. דערפאר, מיין געליבטער ברודער, זע שטענדיג צוריקצוקומען צו השי"ת און ברענג שטענדיג אריין אין דיר די אמת'ע מציאות אז השי"ת איז דא מיט דיר, און געדענק אים די גאנצע צייט און קוק דורך אלעס וואס דו טוסט אויף דער וועלט און דורך דעם וועסטו זוכה זיין זיס צו מאכן אלעס און עס וועט דיר שטענדיג לייכטן נאר די ליכטיקייט פון השי"ת.