לדלג לתוכן

אשר בנחל יא

פֿון װיקיביבליאָטעק

אשר בנחל בריוו: - א - ב - ג - ד - ה - ו - ז - ח - ט - י - יא - יב - יג


טייערער ברודער! דו דארפסט וויסן אז אמאל שטארקן זיך די יסורים און ביטערניש אזוי שטארק אויפן מענטש ח"ו אז ס'איז אים שווער בייצושטיין דעם נסיון אלעס אנצונעמען ריכטיק באהבה, און צו וויסן און צו גלייבן אז אלעס איז נאר פאר זיין אייביגע טובה. איז די עיקר עצה נאר צו אנטלויפן צום אמת'ן צדיק וואס ער נעמט זיינע תורות פונעם גרויסן צדיק אמת וואס האט שוין זוכה געווען ארויף צו גיין מיט זיינע השגות וואו ער איז ארויפגעגאנגען און ער איז נכלל געווארן וואו ער איז נכלל געווארן, און ער האט אראפגעברענגט אזעלכע געטלעכע השגות, וואס דורך דעם קענען אלע נתקרב ווערן צום אייבערשטן. ווייל דער צדיק אמת וואס איז גרויס מיט א מורא'דיגע און וואונדערלעכע מדרגה איז עוסק זיין גאנץ לעבן זיך אינגאנצן מבטל צו זיין צו השם יתברך, ביז ער איז זוכה צו דעם מיט א געוואלדיגע שלימות. און נאך דעם גייט ער אראפ צו זיינע תלמידים וואס זיי זענען די אמת'ע צדיקים און ער איז זיי מגלה וואונדערלעכע חידושי תורה, און זיי ברענגען דאס אראפ נאך מער און טוען דאס מסביר זיין און ארויסברענגען אזוי פשוט, אז אפילו די גאר פראסטע און זייער געפאלנסטע וואס זענען זייער מגושם'דיג און זייער פארשמירט, זאלן אויך זוכה זיין אראפצוברענגען אויף זיך דאס געשמאקע זיסע ליכטיגקייט פון די הייליגע שכינה.

וועגן דעם בשעת דו זעסט אז ס'איז דיר שווער אנצונעמען די צרות און יסורים און ביטערנישן, זע צו אנטלויפן צו די אמת'ע צדיקים וואס זיי זענען די אמת'דיגע תלמידים פונעם גאר גרויסן צדיק און דורך דעם וועט פון דיר אלעס נמתק ווערן.

טייערער ברודער! זעה זיך צו שטארקן און פאל נישט אזוי אראפ ביי דיר פון יעדע זאך אויף דער וועלט. ס'איז טאקע אמת אז דיינע צרות זענען טאקע צרות, אבער דאך, זעה זיך צוצוגעוויינען צו טרעפן שטענדיג הרחבות אין דיינע צרות, וואס דורך דעם וועסטו זוכה זיין נאכדעם אינגאנצן פטור צו ווערן פון דעם. ווייל באמת אלע פראבלעמען און יסורים און שטערונגען קומען נאר אויפן מענטש אים צו פרואוון צו זען צו וועמען ווענדט ער זיך אין א צייט וואס ס'איז אים ענג. און אז ער איז שטארק און פעסט ביי זיך, און ער נעמט אן מיט געדולד אלעס וואס קומט אויף אים, און ער גייט נאר בעטן דעם אייבערשטן אליין, ווערט דורך דעם ממילא בטל פון אים אלעס, ווייל אלע צרות און יסורים וואס גייען דורך אויפן מענטש זענען נאר אים צו פרואוון מיט דעם נסיון, צו זעהן צו וועם ער וועט זיך ווענדן ווען ס'איז אים ענג. אויב אנטלויפט ער צום אייבערשטן איז ער זוכה איבערצודרייען פון "צרה" צו "צהר" און ס'ווערט אים אלעס ליכטיג.

און דאס זאגן חכמינו ז"ל (ברכות ס"ג.): דער וואס טוט ארייננעמען דעם אייבערשטן אין זיין צער דאפעלט מען אים זיין פרנסה, דאס מיינט אז אפילו אינמיטן זיינע צרות ויסורים ברענגט ער אריין דאס אמת'דיגע מציאות אז דער אייבערשטער איז דא און אלעס קומט פון אים און ער וויל מיר נאר גוטס טוהן, מיט דעם ברענגט דער מענטש ארויף אויף זיך אזא ליכטיגקייט ביז זיין פרנסה דאפעלט זיך בגשמיות. און אויך ברוחניות איז ער זוכה צוצוקומען צו גרויסע השגות וואס ער וואלט נישט געקענט צוקומען דערצו אן דעם וואס ער זאל וויסן אז איך אליין קען זיך גארנישט העלפן אן דעם אייבערשטן. און אזוי זאגן חכמינו ז"ל (מדרש שוחר טוב, תהילים כ'): הקב"ה האט געזאגט, ווען ס'קומט אן א צרה צו אידן און זיי בעטן פון מיר איך זאל זיי העלפן און זיי שטעלן צו מיין כבוד צו זיך, אין דעם מאמענט ענטפער איך זיי.

דעריבער, זע פון אלע דיינע זאכן זיך אומצוקערן צום אייבערשטן, און אלעס וואס גייט אויף דיר אדורך, זע אנצונעמען מיט געדולט און סבלנות, און דאס וועט אריינברענגען אין דיר א פרישע געטלעכע חיות, וואס דעמאלסט וועט נשפע ווערן אויף דיר א גרויסע שפע ברוחניות און בגשמיות.