לדלג לתוכן

תחינת עומר לגולגולת

פֿון װיקיביבליאָטעק

תחינות שחרית - תחינה קבלת עול מלכות שמים - א נייע תחינה צו השכמת הבקר - תחינת מודה אני - תחינת ערב ובקר - א נייע ירושלים תחינהתחינת שערים - תחינת מה טובו - תחינת שחרית - תחינה פון ירושלים - תחינות לימי השבוע - תחינת עומר לגולגולת - תחינת שלשה שערים - מפתחות


תחינה העומר לגולגולת

א נייע תחינה צו בעטן אלע טאג נאך דעם דאווענען אויף פרנסה.

רבון העולמים, אלהי האלהים ואדוני האדונים, הזן ומפרנס מקרני ראמים עד ביצי כינים, איך קום צו דיר יעצט בעטן נאך מיינע אלע תחינות דו זאלסט מיר מזמין זיין גרינג מיין פרנסה. זאלסטו מיר מוחל זיין מיינע זינד, און זאלסטו זיי פארשטויסן. און די מקטרגים פון די עברות זאלן נישט האבן קיין שליטה צו פארשטעלן מיר די שפע.
דער הייליקער תנא זאגט, דאס יעדע חיה ועוף, וואס זיינען באשאפן צוליב דעם מענטשן, האבן נישט אזוי פיל צער פרנסה ווי דער מענטש. ווייל דער מענטש פארזינדיקט זיך מיט זיינע שלעכטע מעשים. אזוי ווי מיר געפינען ביי אדם הראשון דאס נאך דעם חטא פון עץ הדעת איז אין אים מקוים געווארן "בזעת אפך תאכל לחם", מיט שווערע ארבעט זאל ער זיך פארדינען זיין ברויט.

מיר געפינען אויך דאס פרנסה איז קריעת ים סוף, דען אזוי ווי ביי קריעת ים סוף איז געווען א קיטרוג רחמנא ליצלן אויף די יידן צו זיי ניצול ווערן. אזוי איז אויך א קיטרוג פון שלעכטע מעשים אויף די פרנסה. נאר די ישראל זיינען זוכה איז זיי דער אויבערשטער מזמין גרינג זייער פרנסה, דאס זיי דארפן נישט מער טאן, ווי צו גיין אויפקלייבן די שפע. אזוי ווי מיר געפינען ביי דעם מן, דאס יעדער ייד איז אלע פרימארגן געגאנגען אויפקלייבן דעם מן, און אפילו דער וואס האט גאר ווינציק געקליבן, אז ער איז אהיים געקומען צו זיך אין שטוב האט זיך אויסגעמאסטן מן פאר יעגן קינד באזונדער וויפל ער האט געדארפט, גלייך ווי דער וואס האט געקליבן א גאנצן טאג.

לכן רבונו של עולם, דערמאן איך פאר דיר דעם זכות מיט דעם נס פון מן, דאס דו זאלסט מיר מיט מיין מאן און קינדער אויך מזמין זיין אונזער באדארפעניש, דאס מיר זאלן מיר נישט דארפן טאן נאר לויט אונזערע כוחות, נישט חלילה איבער דעם כח.
דו זאלסט שיקן צו מיר די ברכה אין אלע מיינע מעשים, עס זאל אין אונז מקוים ווערן דעם פסוק "וברכך ה' אלהיך בכל אשר תעשה", אמן.

הערות שוליים

[רעדאַקטירן]