תחינה פון ירושלים

פֿון װיקיביבליאָטעק
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

תחינות שחרית - תחינה קבלת עול מלכות שמים - א נייע תחינה צו השכמת הבקר - תחינת מודה אני - תחינת ערב ובקר - א נייע ירושלים תחינהתחינת שערים - תחינת מה טובו - תחינת שחרית - תחינה פון ירושלים - תחינות לימי השבוע - תחינת עומר לגולגולת - תחינת שלשה שערים - מפתחות


די תפילה זאל מען זאגן נאך דעם דאווענען.

יהי רצון מלפניך, עס זאל זיין דער ווילן פון דיר גאט, מיין גאט פון מיינע עלטערן, דאס (= אז) דו זאלסט מיך באהיטן און באשירמען (= היטן, שיצן) פאר די בייזע כתות וואס גיבן זיך אפ מיט חניפות טרייבן, שקרים זאגן, און נארישקיין, ניבול פה, און לשון הרע רעדן. דו זאלסט מיר באהיטן און באשירמען פון אלערליי לייד, פון אלערליי בייזע צרות, פון אלערליי שלעכטס, פון אלע בייזע באגעגעניש און פון שווערד, הונגער, וואסער, פיייער און גזלנים, סיי אין שטאט און סיי אויף דעם פעלד.

באהיט אונז ווייטער פון צער, און פון אל דאס בייזס וואס מיר האבן מורא זאלסטו אונז נישט צושיקן. און דו זאלסט אונז געבן פרנסה בכבוד, אן צער און אן זארג. און דו זאלסט אונז געבן אריכות ימים ושנים, מיר זאלן אויסלעבן אונזערע יארן און טעג אין עשירות, און מיר זאלן אונזער צייט אין ערע (= כבוד) און אין גרויס פריידן פארברענגען.

און דו זאלסט נישט שיקן קיין זארג און קיין אנגסטן (= פחד) און קיין קרענק ח"ו, וואס קען אויף דער וועלט קומען, נישט חלילה אויף מיר און נישט אויף מיין מאן, און נישט אויף מיינע קינדער ח"ו. און איך זאל זוכה זיין, זיי מגדל צו זיין לתורה לחופה ולמעשים טובים. און לאז מיך, מיינע קינדער, אלע די מייניקע, פיל פרייד דערלעבן.

מלך רחמים דערבארעמדיקער פאטער, קעניג פון דער גאנצער וועלט, זאלסטו אויף אונז שיקן הילף און טרייסט, און דו זאלסט אונז עפענען די טויערן פון פרנסה, און דו זאלסט אונז שפייזן פון דיין מילדער געטרייער האנט, און נישט פון דער האנט פון א מענטשן. און זאל אויף אונז נישט געוועלטיקן דער יצר הרע, און מיר זאלן קענען היטן דיין תורה און מצות.

איך בין זיך מתודה אויף מיינע גרויסע חטאים און עונות ופשעים, וואס איך האב געזינדיקט און געשולדיקט געגן דיין הייליקן נאמען אלע טעג פון מיין הייליקן לעבן. אל שדי מלא רחמים, דו ביסט פון גענאד און בארעמהערציקייט, און איך בין פול מיט זינד, אזוי בעט איך דיך ליבער גאט, דאס (= אז) דו זאלסט מיר מוחל זיין אלע זינד, און זאלסט אונז געבן פארשטאנד, דאס (= אז) מיר זאלן זיך קענען מתודה זיין פאר אונזער טויט, און זאלסט אלע מאל דן זיין לכף זכות, דאס (= אז) מיר זאלן קענען ביישטיין ווען מיר וועלן זיך שיידן פון דער זינדיקער וועלט, און וועלן קומען פאר דעם יום הדין הגדול והנורא, און זאלסט טאן אלע צייט חסד ורחמים פון וועגן זכות פון אונזער עלטערן אברהם יצחק יעקב.

אנא אלהי אברהם, איך בעט דיך גאט פון אברהם, דאס (= אז) דיינע אויערן זאלן פארנעמען מיין געשריי און מיין געבעט וואס איך האב דיך געבטן, און וואס איך וויל דיך נאך בעטן, און דו זאלסט מיר אויסהערן אזוי ווי דו האסט אויסגעהערט די תפילה פון כל ישראל, ווען זיי זיינען געווען אין א צרה, און האסט זיי אלע מאל געהאלפן, ווען זיי האבן דיך גערופן, זאלסטו מיר אויך העלפן. און מיין תפילה זאל פאר דיר אזוי אנגענומען זיין, גלייך ווען איך האב פאר דיר מקריב געווען א קרבן, און לאז מיין תפילה נישט צוריקגעוויזן ווערן פון דיר. און קיין מקטרגים זאלן נישט קענען אויפהאלטן מיין תפילה, און שיק באלד אונזער גואל צדק, אמן כן יהי רצון.