תחינה קבלת עול מלכות שמים

פֿון װיקיביבליאָטעק

תחינות שחרית - תחינה קבלת עול מלכות שמים - א נייע תחינה צו השכמת הבקר - תחינת מודה אני - תחינת ערב ובקר - א נייע ירושלים תחינהתחינת שערים - תחינת מה טובו - תחינת שחרית - תחינה פון ירושלים - תחינות לימי השבוע - תחינת עומר לגולגולת - תחינת שלשה שערים - מפתחות


תחינה קבלת עול מלכות שמים

די תחינה איז מלוקט פון די הייליקע תנאים ואמוראים און אויך פון די גרעסטע גאונים זי"ע. רבון כל העולמים, הער פון אלע וועלטן, קעניג איבער אלע קעניגן, וואס אין דיין האנט איז דאס נפש פון אלע באשעפענישן, די גאנצע וועלט איז פול מיט דיין כבוד, דער מענטשלעכער שכר איז גאר נישט אימשטאנד[1] צו פארשטיין דיין גרויסקייט מיט דיינע מעשים.
אלע הימלען, די זון די לבנה מיט אלע שטערן, וואס יעדער שטערן איז פאר זיך באר א באזונדערע וועלט, אויך דער ים אוקינוס, דעם ים הקרח, דער ים הגדול מיט זייערע פארשיידענע ברואים, אלע טייכן מיט זייערע פארשיידענע פיש, אלע בערג אלע טאלן, אלע מדבריות מיט די פארשיידענע חיות, יעדעס ווערעמל אויך דער ערד און אונטער דער ערד, אויך אלע גרעזלעך מיט אלע פארשיידענע ביימער, לויבן אלע טאג צו דיין ליבן נאמען און ווייזן אויף דיין גרויס כבוד פאר דער גאנצער וועלט.

דו האסט באשאפן דעם מענטש פון ערד, אזוי ווי די תורה זאגט "עפר מן האדמה", און דו האסט אין אים געגעבן א נשמת חיים, דאס ער זאל זיין אויסערוויילט[2] פון אלע באשעפענישן, און ער זאל געוועלטיקן איבער זיי, און זיין רעכטער תכלית זאל ער געפינען מיט דעם, וואס ער וועט אין אלע זיינע מעשים באקלערן דאס דיין געטלעכקייט איז פול איבעראל, אזוי ווי דוד המלך זאגט אין תהילים "שויתי ה' לנגדי תמיד", איך האב גאט כביכול שטענדיק פאר מיר. דער פשט איז, אין אלע דיינע מעשים זע איך דיין געטלעכקייט פאר מיר, און איך שטעל מיר פאר אין געדאנק ווי דער אויבערשטער שטייט פאר מיר, און זעט אלע מיינע מעשים.
דאס איז דער ערשטער כלל פון אונזער תורה, דאס דער ייד דארף שטענדיק געדענקען און האבן אין זינען דעם בורא עולם, דען ווען א ייד גייט ארום מיט דעם הייליקן געדאנק, איז ער בארעכנט מיט אלע דיינע מעשים, דאס זיין גאנץ לעבן מיט זיין גאנצער פירונג אויף דער וועלט, הן מיט פרומקייט און מיט מענטשלעכקייט והן מיט הערלעכקייט זאל זיין אויסגעהאלטן על פי דין תורתינו הקדושה, וואס איז שייך צו גאט, און על פי דרך ארץ, וואס איז שייך צו די מענטשן. מען זאל זיך נישט פירן אויף דער וועלט ווי א בהמה, מיט נארישע געדאנקען, נאר יעדע זאך זאל זיין מיט דעת, מיט איבערקלערונג.
דאס שטיקל איז פאר פרויען: בפרט מיט שוואכע פרויען דארפן מיר זיין געווארנט נישט צו אפשוואכן אונזער דעת, דען אויף אונז ווייבער ליגט דער הייליקער חוב פון דעם הויזלעכן לעבן, דאס ווירטשאפט[3] פון שטוב, מיט די קינדער דערציאונג. מיר ווערן גערופן עקרת הבית, דארפן מיר זיין אויף יעדן טריט בארעכנט, יעדע זאך דארף געטאן ווערן מיט חכמה, נאר אזוי ווי ראשית חכמה איז יראת ה', מען זאל זיך פארכטן פאר גאט.

נעם איך אויף מיר דעם עול מלוכת שמים, און איך זאג דעם הייליקן פסוק "שויתי ה' לנגדי תמיד", דער אויבערשטער זאל שטארקן מיין כח, ער זאל מיר געבן פארשטאנד, אז איך זאל קענען פירן מיין שטוב און דערציען מיינע קינדער צו גאטס-פארטיכקייט, און צו א פריינדלעכע מענטשלעכקייט, דאס עס זאל זיין נמצא חן ושכל טוב בעיני אלהים ואדם, וועלעכער איז דער רעכטער תכלית פון יעדן איינעם דאס דורך דעם זכות זאל איך זוכה זיין צו האבן ביידע וועלטן, נחת און עשירות, געזונט און קראפט, מיט גוטע קינדער אויף דער וועלט, און איך זאל נישט דארפן חלילה מורא האבן פאר דעם עונש פון יענער וועלט, איך זאל שטענדיק נושא חן זיין און האבן א ליכטיק מזל, איך מיט מיינע עלטערן מיט מיין מאן (פרוי), אמן.


הערות שוליים[רעדאַקטירן]

  1. אימשטאנד = ביכולת.
  2. אויסערוויילט = נבחר.
  3. ווירטשאפט = כלכלה, משק.