לדלג לתוכן

קיצור שו"ע עברי טייטש סימן קכב

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות - סימן קכ אונן - סימן קכא קריעה שניידן - סימן קכב שבעה זיצן - סימן קכג שבעת ימי אבילות - סימן קכד שלושים און י"ב חודש - סימן קכה יארצייט


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן קכב דינים פון שבעה זיצן ווען מען דארף זיך זעצן און ווען נישט. אויך נאך וועמען דארף מען זיצן שבעה. אנטהאלט דרייצן סעיפים.

א. נאך זיבן קרובים איז מען מחויב צו זיצן שבעה, נאך א פאטער, און מוטער, א קינד, א ברודער, א שוועסטער אפילו נאך דער חתונה, אויך ווען זיי זענען שוועסטער און ברידער אפילו פון איין טאטן אדער פון איין מאמן, נאך א מאן, און נאך א ווייב.

ב. נאך א קינד וואס מען ווייסט נישט געוויס אויב עס איז אויסגעטראגן ניין חדשים, ווען עס שטארבט פאר דרייסיק טאג, זיצט מען נישט קיין שבעה. ווען אבער די גאנצע ניין חדשים איז דער מאן נישט געווען אין דער היים, דאס מען ווייסט געוויס אז עס האט ניין חדשים, מוז מען אפילו פאר דרייסיק טאג אויך זיצן שבעה.

ג. די שבעה הייבט זיך אן תיכף ווי מען שיט צו דאס קבר. נאר אז מען פירט דעם מת אין אן אנדערער שטאט צו באגראבן, איז דער דין: דאס די קרובים וואס פארן נישט מיט, הייבן באלד נאך דער לויה צו ציילן שבעה ושלשים, און די קרובים וואס פארן מיט, ציילן שבעה ושלשים פון נאך דער קבורה. ווען אבער די קרובים וואס זענען מיטגעפארן זענען צוריק געקומען צו די קרובים וואס זענען איבערגעבליבן, איז דער דין: דאס אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) זיי האבן נאך געטראפן די קרובים שבעה זיצן אפילו אין דעם זיבטן טאג, נאך איידער זיי האבן זיך אויפגעהויבן פון דער שבעה, דארפן די קרובים וואס זענען צוריק געקומען נישט מיין (= מער) זיצן שבעה ושלשים ווי די קרובים וואס זענען דא. זענען זיי אבער געקומען דעם זיבטן טאג נאך דעם ווי זיי האבן זיך שוין אויפגעהויבן פון דער שבעה, מוזן זיי רעכענען שבעה ושלשים פון דער קבורה אן.

ד. דער זעלבער דין איז אויך ווען א קרוב איז געווען נישט ווייט פון דער שטאט פון דער קבורה אין דעם ערך פון א טאג רייזע, און האט זיך ערשט דערוואוסט ווען ער איז געקומען צו די קרובים וואס זענען דא במקום הקבורה, נאך איידער זיי זענען אויפגעשטאנען פון דער שבעה, רעכענט ער מיט זייער חשבון שבעה ושלשים, אבער אויף אן אנדערן אופן מוז ער ציילן פון דער צייט וואס ער איז געוואויר געווארן. ווען אבער דער קרוב איז געווען אונטערוועגנס, איז דער גאנצער מאכער און דער גרעסטער דעה זאגער וועגן דעם מת זאכן, און איז ערשט געוואויר געווארן ווען ער איז געקומען צו די קרובים איידער זיי זענען אויפגעשטאנען פון דער שבעה, זאל ער פרען א שאלה אזוי ער זאל זיך נוהג זיין בשבעה ושלשים.

ה. נאך איינעם וואס נעמט זיך אליין דאס לעבן, זיצט מען נישט קיין שבעה. און ווען איינער ווערט סתם ר"ל דערטרונקען, און מען געפינט אים נישט, זעצן זיי זיך שבעה פון דער צייט וואס מען איז זיך שוין מייאש צו זוכן אים, כאטש מען געפינט אים דער נאך, דארף מען שוין נישט נאך אמאל זיצן. ווען אבער א מאן פון א ווייב ווערט דערטרונקען, דאס כל זמן מען געפינט אים נישט איז זי אן עגונה, זאגט מען נאך אים נישט קיין קדיש און מען זיצט אויך נישט שבעה כל זמן מען געפינט אים נישט.


הערות שוליים

[רעדאַקטירן]