קיצור שו"ע עברי טייטש סימן קכא

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מפתחות - סימן קכ אונן - סימן קכא קריעה שניידן - סימן קכב שבעה זיצן - סימן קכג שבעת ימי אבילות - סימן קכד שלושים און י"ב חודש - סימן קכה יארצייט


קיצור קכא.gif

(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן קכא דינים פון קריעה שניידן. אנטהאלט זיבן סעיפים.

א. אויף די קרובים וואס מען דארף זיצן שבעה, דארף מען איידער מען לייגט דאס מת אין קבר אריין, רייסן קריעה פון פארנט ביי דעם האלדז צו, אין דער לענג פון בגד, אויף דעם ארט וואו דאס בגד איז גאנץ גוט פארנייט, אין דעם ערך פון א טפח. און מען רייסט קריעה שטייענדיקערהייט.

ב. דער אונטערשייד פון אנדערע קרובים וואס מען זיצט נאך זיי שבעה צו פאטער און מוטער, איז דאס: דער ערשטער: נאך אנדערע קרובים מעג מען אויך קורע זיין מיט א מעסער אין דער רעכטער זיין, און נאר דאס ערשטע בגד אפילו אינעווייניק אריין. און ביי פאטער און מוטער שנייט מען נאר איין, און מען מוז אריינרייסן קריעה מיט דער האנט אויף דער לינקער זייט אלע בגדים ביז צום העמד (און דאס העמד שניידט מען נישט. קיצור שולחן ערוך), אויך פון פארנט, דאס מען זאל אנזען. דער צווייטער: און ביי די אנדערע קרובים מעג ער נאך שלשים פארנייען, און ביי פאטער און מוטער נאר צו סטריגעווען (= נייען מיט ברייטע נייאונגען). און אן אשה אפילו פאר שלשים מעג זי צו סטריגעווען, אבער פארנייען קיין מאל נישט. אפילו ער פארקויפט דאס בגד מוז ער זאגן דאס ער זאל נישט פארנייען, דרום (= דעריבער) טאר מען דאס בגד נישט פארקויפן קיין א"י.

ג. ווען עס קומט אויס א רגל אין מיטן שלשים, האט ער דעם דין קעגן צו נייען, ווי נאך שלשים.

ד. דער דריטער: ווען מען הערט פון ווייטן די בשורה שוין נאך שלשים, דארף מען ביי אנדערע קרובים נישט רייסן קריעה, אבער ביי פאטער און מוטער דארף מען יא. דער פערטער: אויך אום (= אין) חול המועד רייסט מען (נישט) [יא[1]] קריעה אויף פאטער און מוטער, חוץ ווען די פאטער און מוטער געשטארבן אין יום טוב, דען רייסט מען קריעה ערשט נאך דעם גאנצן יום טוב (דהיינו: לאחר הרגל כשמתחיל להתאבל, משום דהואיל ונדחה ידחה. קש"ע). און ביי אנדערע קרובים נאך יום טוב אפילו ווען מען הערט די בשורה פון ווייטן (פאר שלשים, מען רייסט נאכן רגל. קש"ע). נאר אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) דאס איז אום חול המועד ווען ער איז געוואויר געווארן פון ווייטן איז געווען פאר שלשים, און ווען ער וועט ווארטן מיט דער קריעה ביז נאך יום טוב וועט שוין זיין נאך שלשים, וואס ביי אנדערע קרובים רייסט מען דאך נישט קיין קריעה נאך שלשים, זאל ער אפילו ביי אנדערע קרובים אויך רייסן אום חול המועד.

ה. דער פינפטער: ווען עס שטארבט אין די שבעה א מת, רייסט ער די קריעה ווייטער מיט א טפח. [און ווען עס שטארבט א מת] נאך שבעה רייסט ער עטוואס אביסל ווייטער. ווען אבער דער צווייטער מת איז פאטער און מוטער מוז ער שטענדיק אפרוקן פון דעם ערשטן ריס אן ערך פון דריי פינגער, און רייסט קריעה ווי דער דין איז.

ו. ווען חלילה פאטער און מוטער שטארבן בייזאמען (= צוזאמען), אדער צוויי קרובים, איז מען יוצא מיט איין קריעה. ווען אבער א קרוב מיט א פאטער אדער א מוטער [שטארבן בייזאמען], זאל ער צום ערשטן קורע זיין אויף פאטער און מוטער, דער נאך אפרוקן אן ערך פון דריי פינגער, און קורע זיין אויף דעם אנדערן קרוב.

ז. אויך ווען מען הערט עמעצן גאט שעלטן אדער לעסטערן, אדער שניידן, מעקן, ברענען א ספר תורה, מוז מען אויף קריעה שניידן, און דער נאך פארסטריגעווען (= נייען מיט ברייטע נייאונגען), אבער צו נייען קיין מאל נישט

הערות שוליים[רעדאַקטירן]

  1. אזוי זעט מען פון דעם המשך, און אזוי שטייט אין קש"ע.