לדלג לתוכן

קיצור שו"ע עברי טייטש סימן קכ

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות - סימן קכ אונן - סימן קכא קריעה שניידן - סימן קכב שבעה זיצן - סימן קכג שבעת ימי אבילות - סימן קכד שלושים און י"ב חודש - סימן קכה יארצייט


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן קכ דינים פון אן אונן. אנטהאלט צען סעיפים.

א. ווען עס שטארבט ר"ל איינס א מת, וואס ער דארף זיצן נאך אים שבעה, ווערט ער אנגערופן אן אונן. כל זמן מען האט דעם מת נישט באגראבן טאר ער נישט אומגיין אויף געלעגן[1] נאר (זאל ער גיין) טרויעריק. און טאר נישט עסן קיין פלייש און טרינקען וויין, און נישט לייגן קיין תפילין. אויך נישט ענטפערן אמן, און נישט זאגן קיין שום ברכה. און ווען ער וויל עסן אדער טרינקען אין דער פרי ווען ער שטייט אויף, צו (= אדער) נאך נקיות, זאל ער זיך וואשן די הענט בלא ברכה. נאר אינעם שבת אויך אינעם יום טוב, (מעג ער יא בשר ויין און זאגן ברכות ואמן, און זיך וואשן די הענט).
און דער טאג וואס מען וועט אים נישט קבר זיין איז נישט חל קיין אנינות, חוץ וואס לערנען, אויך באהעפטן זיך מיט דער ווייב טאר ער נישט.
און ווען דער מת שטארבט פרייטיק שפעט, דאס מען וועט אים פאר שבת נישט קענען קובר זיין, מעג ער דאווענען אויך מנחה. און כאטש מען זאגט דאך נישט קיין קדיש ביז נאך דער קבורה, פון דעסטוועגן שבת ויום טוב ווען עס איז נישט קיין אנדערע אבלים, קען ער זאגן קדיש. מכל שכן ווען ער זאגט שוין פריער קדיש, דאס ער מעג אין שבת ויום טוב אויך זאגן.

ב. מוצאי שבת און מוצאי יום טוב טאר ער שוין ווייטער נישט זאגן קיין שום זאך אזוי ווי אן אונן. ער טאר אויך נישט מאכן קיין הבדלה. נאר נאך דער קבורה ווען דאס איז נאך שבת מעג ער מאכן הבדלה אפילו ווען עס האט זיך פארצעגערט (= פארזאמט[2]) ביז דינסטיק[3]. און נאך יום טוב מעג ער מאכן הבדלה אינעם אסרו חג אזוי באלד די קבורה איז געווען אין אסור חג[4]. נאר קיין בורא מאורי האש אויך איבער בשמים מאכט ער נישט.

ג. נאך דער קבורה ווי באלד מען הייבט נאר אן צו פאשיטן דאס קבר פאר א דריטל טאג. זאל ער זאגן קריאת שמע מיט די ברכות, אויך שמונה עשרה (זאל ער זאגן). נאך א דריטן טאג זאגט ער קריאת שמע אן די ברכות, און שמונה עשרה קען ער זאגן ווען עס איז פאר צוועלף און מוסף ראש חודש אגאנצן טאג.
נאר ברכות השחר זאגט ער נישט, נאר שלא עשני גוי, שלא עשני אשה, שלא עשני עבד. אויך ברכות התורה זאגט ער אויך. נאר תפילין לייגט ער נישט.

ד. ווען דער אונן מאכט א ברית מילה, און מען ווייסט דאס די קבורה וועט ארויסקומען נאך מיטאג, זאל מען מאכן פריער די מילה, און דער סנדק זאל מאכן די ברכה להכניסו.

ה. אן אונן דארף מאכן א שליח צו בדיקת חמץ, נאר כל חמירא זאל ער זאגן. און ספירה זאל ער ציילן ביי טאג אן א ברכה.

ו. אזוי באלד (= אין א מינוט וואס[5]) דער מת איז אין אן אנדער שטאט און נעבן מת איז אויך קרובים וואס דארפן זיצן שבעה, איז ער אין דער שטאט קיין אונן נישט. סיידן דער מת האט דארט נישט אזעלכע קרובים וואס דארפן זיצן נאך אים שבעה, הייסט ער יא אן אונן.
אויך נאך אזא קינד וואס איז נישט אלט געווען קיין דרייסיק טאג, איז מען נישט קיין אונן.

ז. מען דארף דעם אונן נישט מודיע זיין די בשורה, באם ער ווייסט נישט אז עס איז דא אנדערע מתעסקים ביז דער אונן דאווענט אפ[6]. און ווען ער ווערט געוואויר אין מיטן שמונה עשרה, זאל ער ענדיקן שמונה עשרה.

ח. ווען דער אונן האט יארצייט זאגט ער נישט קיין קדיש, סיידן ער איז נאר אן אונן נאך א שוועסטער און ברידער וואס האבן אויך געלאזט קינדער, דען מעג ער אין טאג פון יארצייט זאגן קדיש.

ט. דער אונן גייט אין שיך ביז נאך די קבורה. אויך מעג ער גיין אין גאס אריין צוליב די קבורה. ווייטער אנדערע זאכן, באדן זיך, שמירן זיך, טוען א מלאכה אדער אפילו גריסן צו איינעם טאר ער נישט.

י. נאך אזוי איינס וואס האט זיך אליין גענומען דאס לעבן, איז מען נישט קיין אונן. מען זיצט אויך נישט קיין שבעה, מען רייסט אויך נישט קיין קריעה.

הערות שוליים

[רעדאַקטירן]
  1. טאר ער נישט אומגיין אויף געלעגן = מיינט ער: אז ער זאל נישט גיין אהער און אהין כאילו הארט אים נישט וואס איז געשען.
  2. אין דייטש פארצעגערט.
  3. ווייל אין שבת מעג מען מאכן הבדלה בדיעבד, ביז דינסטיק.
  4. ווייל אין יום טוב מעג מען מאכן הבדלה בדיעבד, נאר איין טאג נאך יום טוב.
  5. אזוי באלד אויף דייטש SOBAKD = אין א מינוט וואס, ברגע שֶ.
  6. אבער ווען ער ווייס יא אז נישט קיין אנדערע מתעסקים, דארף ער יא מודיע זיין דעם אונן.