לדלג לתוכן

קינסטלער - ווייען

פֿון װיקיביבליאָטעק

קינסטלער - ווייען - - א דועל - - צדקה - - א וידוי אפט געהערט - - נאכט – מחשבות - - דער געוועזענער נביא - - טויט 1 2 3 4 5 - - די ווייסע פּעסט - - דער טורעם – מאן - - די מצורעים
צוריק צו יהואש לידער און פּראזע


"קינסטלער-ווייען" (יאר: 1907)


געוועזן פארטיק אין זיין קאפ,

און בולט-ליכטיק, איז די העלד-געשטאלט,

וואס פון זיין מוח'ס שמעלץ-אויוון,

ארויסגעגאסן האט זיין דיכטער-גייסט,

און אויסגעפורעמט טראפנווייז,

דורך טעג און רו, דורך נעכט און שלאף...


שוין האט געטהורעמט פאר זיין קינסטלער-אויג,

דער שטארקער קאפ, מיט שטאלץ צוריקגעבייגט,

דער שיינער שטערן צו דער הויך געקערט,

די גרויסע אויגן ים-טיפן זונען-קלאר –

די ליפן מוטיק-פעסט צונויפגעפּרעסט,

פארריגלענדיק אן ארסענאל מיט קראפט –

די כוח-פולע ארעמס, דורכגעוועבט

מיט אדערן ווי פיילנבויגן-שטריק...


מיט הויך-געוועלבטער ברוסט, פול קריגער-פרייד,

בארייט צו קעמפען מיט א וועלט,

בארייט זי טראגן אויף זיין קארק,

געשטאנען פאר זיין דמיון איז דער העלד...


און קוים נאר פלעגט דאס אומגעוויסע ליכט באגינען דורך די שויבן דורכזיפן,

שוין פיבעריש געקנעטן האט זיין האנט,

דעם טויטן, נאסן, קלעפיק-ווייכן שטאף...


און ווי א פייער-שטראם גפלאסן איז,

פון זיין נשמה'ס טיפסטער טיפעניש,

ביז צו די פינגער-שפיצן, יענס בילד

פארבארגן אין זיין קדשי-קדשים לאנג...


און איילענדיק געארבעט האט די האנט,

און גליענדעק געאנקערט זיך דער בליק,

אין קאלטן ליים,

ווי גלעטענדיק, ווי הילפע בעטענדיק,

פון נאסן ליים.


און טעג אויף טעג פארגיין, און שוין ברענט

דעם קינסטלער'ס מארך דאס פארט'גע מוסטער-בילד,

און שפארט און שפרינגט ארויס אלץ ליכטיקער...

און פיבערישער קנעט די האנט,

און גלוטיקער אלץ בעט דער בליק און בעט...


דאן אומגעלופערט איז דער ליים, און פויל,

און שלעכט געהארכט די פלייש-און-ביינער האנט,

דעם טויזענט-פליגעלדיקן קינסטלער-גייסט...

קוים שטרעקן זיך פון גראען טייג ארויס,

די רויע גלידער פון דער העלד-פיגור...

נישט ענלעך גאר צו יענער אנדערער,

וואס גלאנצט און שטראלט ביי אים אין מוח שוין,

אין פולער שיינהייט און אין גאנצער קראפט...


און ווען די שווארצע נאכט פאלט אן,

דאן זיצט ער שווייגענדיק ביים ליים,

און קוקט פארצווייפלט אויף זיין האלבן ווערק,

און ס'דוכט זיך אים ווי פונעם טויטן שטאף,

זיך לויזצורייסן ראנגלט שווער דער העלד,


און שלעפ די גלידער נישט געענדיקטע,

און קוקט מיט גרימצארן דעם קינסטלער אן,

און שילט מיט ליפן האלב-געפורעמטע,

און שפאט פון זיין באשעפערס שלאפער האנט...