א וידוי אפט געהערט

פֿון װיקיביבליאָטעק

קינסטלער - ווייען - - א דועל - - צדקה - - א וידוי אפט געהערט - - נאכט – מחשבות - - דער געוועזענער נביא - - טויט 1 2 3 4 5 - - די ווייסע פּעסט - - דער טורעם – מאן - - די מצורעים
צוריק צו יהואש לידער און פּראזע


א וידו אפט געהערט (יאר – 1907)


איצט ווען די שאטענס קריכן שוין,

מיט שלאנגען-טריט צו זיינע פיס,

זיין פולן וידוי גיסט ער אויס פאר מיר...

און אפשר וועט זיין וידוי זיין

דער ווידערקלאנג פון טויזענט אנדערע,

וואס דריקן ערגעץ שטומערהייט...


זיין וידוי? – ניין!... ס'איז קוים דאס רעכטע ווארט.

חרטה – זאגט ער – האט ער נישט...

האט קיינמאל נישט געהאט די פרייע האנט,

צו זיין דער האר פון זיינע זינד,

און שלעכט טאן נאך זיין הערצנסלוסט...

אין אויער תמיד, אים געסוויסטשעט האט,

די שארפ-פארשפיצטע בייטש פון נויטע,

מיט טייפעלשן באפעל...


פארבראכן האט ער, ווייל ער האט,

אין שוואכן ציטערענדן לייב,

קיין לייבן-גבורה נישט געהאט...

געזינדיקט האט ער, ווייל ער איז

קיין העלד-מארטירער נישט געווען,

קיין שמשון און קיין פּראָמעטהיי...


די וועלט וואס אים צוערשט זיך האט אנטפּלעקט,

דאס איז געווען די שטיוול-זויל,

וואס איבער אים, דעם ווארעם, האט געדריקט...

און האט ער ווען א שטערענדל געזען,

א בלאען הימל-שטייף, א לענטע גראז –

פּאסירן פלעגט עס על פּי סבה בלויז,

ווען ס'פלעגט דער שוך זיך אויפהויבן א האָר,

און ער פלעגט כאפּן פון דער זייט א בליק...


דער עיקא אבער איז געווען די זויל,

א שטארקע, שיינע, דיקע לעדער-זויל,

פאר אים א קליין באשעפעניש

דאס מוסטער-בילד, דער העכסטער אידעאל,

פון גרויסקייט און אלמעכטיקייט...


אקעגן שוך זיך שטעלן?... אים,

א ווערעמל, ווי האט אזוינס

געקענט צומאל גאר איינפאלן?...

פיל לייכטער און פיל זיסער איז געווען

צו ליגן אונטער אים,

און חלומ'ען אז פון א ווארעם קען,

א קנאפל ווערן מיט דער צייט,

און דאן... דאן טראמפּלען מיט געשמאק,

און זיין א שוך מיט שוך צוגלייך...


און ס'האט דער ווארעם נישט גפלוכט,

נישט פראטעסטירט צומאל,

נאר אלץ געטרוימט פון שטיוול-קראפט,

ווי שיין, ווי גרויס, ווי אלמעכטיק זי איז...


און ס'האט דער ווארעם נישט באקלאגט,

דעם גורל זיינען אינעם שטויב –

באקלאגן וואלט געהייסן דאך,

פארלירן יעדע האפענונג,

צו זיין אליין אמאל א זויל...


און אלט געווארן איז דער ווארעם שוין,

געקייקעלט זיך א לעבנס-לויף אין שטויב,

און נאכגעמאכט דער קנאפל אין געדאנק,

דערווארטענדיק א גלגול ווען-עס-איז –

דא גלגול פון א ווארעם אין א שוך...


און איין מאל האט דער ווארעם זיך דערוואוסט,

אז ערגעץ איז פאראן א ווארעם-בונד,

וואס פלוכט און שילט און פּראטעסטירט,

אקעגן זויל און קנאפל – שקלאפעריי...


דאן האט דער ווארעם גיהנום-פּיין דערפילט.

זיין גאנצער שטיוול-חלום איז

צופלויגן ווי א זייפענבלאז...

און בארג-שווער איז געווארן איצט,

דעם קנאפלען טראמפּלען איבער אים,

און מורא'דיק געוועזן איז דער פלוך,

פון אלטן ווארעם, וועלכער האט,

א גאנצעס לעבן ליגענדיק אין קויט,

דעם שוך-טיראן באוואונדערט פאר זיין מאכט,

אין אים אלס מוסטער-בילד געשטעלט...