לדלג לתוכן

נאכט – מחשבות

פֿון װיקיביבליאָטעק

קינסטלער - ווייען - - א דועל - - צדקה - - א וידוי אפט געהערט - - נאכט – מחשבות - - דער געוועזענער נביא - - טויט 1 2 3 4 5 - - די ווייסע פּעסט - - דער טורעם – מאן - - די מצורעים
צוריק צו יהואש לידער און פּראזע


נאכט מחשבות (יאר – 1907)

איך האב זיך אויפגכאפט אין מיטן נאכט...

אין מיטן נאכט געפונען האב איך זיך,

אליין אין צימער אייגעשטייגט,

אליין אין דיקער, טיפער פינסטערניש...

און נישט צומאל א קליינער שטערן האט,

אריינגעוואונקען שטילע חבר'שאפט;

און נישט צומאל א שוואכער זיפץ פון ווינט,

דערמאנט האט אן א דרויסן-וועלט...

און קיינער פון די קלאנגען אן א צאל,

וואס בלאנדזשען תמיד אום ביינאכט –

דורך וועלכע ס'רעדט די וועלט פון שלאף –

קיין איינציקער האט נישט צו מיר דערגרייכן...

און כ'בין געווען אליין...


און אויסגעמעקט האט מיין זכרון זיך –

פּרובירט האב איך אומזיסט די איינזאמקייט,

מיט מח-בילדער צו באפעלקערן,

אומזיסט די שווארצע פּוסטקייט אנפילן געזוכט

מיט סצענעס דורכגעלעבטע לאנג,

מיט פּנימ'ער געליבטע צי געהאסט –

ווי אויסגעלאשן איז געוועזן אלץ...

און כ'בין געווען אליין...


און מיט געשארפטן אויער צוגעהערט

האב איך, דאס האמערן ביי מיר אין ברוסט,

די טיק-טאק קלאפּעריי און וועלכער ס'הענגט,

מיין גאנצער "איך" מיט זיין געטרוימטער מאכט...

געהערט ווי ס'יאגן, מיך נישט פרעגענדיק,

די בלוט-טראפּנס דורך יעדן אדער-רער...

געהערט ווי ס'שטארבן און באנייען זיך,

די טיילכעלעך פון מוסקל און פון מארך,

נישט פרעגענדיק, נישט וויסנדיק פון מיר...

און כ'בין געווען אליין...


נאך שארפער איז געווארן מיין געהער,

ביז כ'האב געהערט ווי יעדע סטור,

ווי יעדער שלאנג פון הערצן קלאפּט צו מיר: -

"מעסט אויס די גאנצע גבורה פון דיין "איך",

"מעסט אויס דיין גאנצע שוואכקייט איצט,

דען דו ביסט בלויז אליין..."


און אויפגעשפּרונגן בין איך און אין רוים

און פינסטערן, ארויסגעשריגן: "שטארק,

"יא שטארק בין איך, איך בין פאר זיך גענוג."

און דאן... געווארט האב איך ס'זאל עמעצער,

ס'זאל עמעצער א חוץ מיר ענטפערן,

צו ווידערקלינגען כאטש מיין קול...

דען כ'בין געווען אליין...