לדלג לתוכן

נטרונא גליון ה ניסן תשס"ח ג

פֿון װיקיביבליאָטעק

נטרונא גליון ה ניסן תשס"ח א - - נטרונא גליון ה ניסן תשס"ח ב - - נטרונא גליון ה ניסן תשס"ח ג - - צוריק צו נטרונא בלעטל


רבי יואל טייטלבוים הרבי מסאטמער (י"ז טבת ה'תרמ"ז 1887- כ"ו אב ה'תשל"ט 1979)
נטרונא רופט: האַלט 'איזראַעל' אינדרויסן פון אַמעריקאַנער פּאָליטיק
פרעס רעליס אָפּצושטעלן ציונ'יסטישע העצערייען קעגן הויפּט קאַנדידאַט האָט שטאַרקער אָפּקלאַנג
אַגיטאַציעס קעגן קאַנדידאַט ברענגן "דאָפּלטע לאָיאַליטעט" באַשולדיגונגען קעגן אידן וואָס הייצט אונטער אַנטיסעמיטיזם

אין די לעצטע וואָכן ווערט די טעמע פון באַראַק אָבאַמאַ'ס יאָ אָדער נישט שטיצן איזראַעל, און זיינע פאַרבינדונגען וואָס ער האָט מיט אַ שוואַרצן גלח פון שיקאַגאָ – וועלכער ווערט פאַררעכנט צו פירן איינע פון די מאַכטפולסטע שוואַרצע קירכעס מיט טויזנטער אָנהענגער – אַ זייער היציגע קאַמפּיין טעמע אין די איצטיגע פּרעזידענטליכע וואַלן. נטרונא איז דערפאַר אַרויסגעקומען מיט אַ שטאַרק פאַרשפּרייטער פּרעס רעליעס, אונטערן קעפּל "האַלט אַמעריקע אינדרויסן פון אַמעריקאַנער וואַל פּאָליטיק," וואָס דערקלערט אַז אידן דאַרפן שטימען לויט ווי אַזוי עס איז אין די בעסטע אַמעריקאַנער אינטערעסן.

רעכט-דענקנדע מענטשן – אפילו פרייע אידישע קאָמענטאַטאָרן – זענען זייער אומרואיג פון די פּראָמינענטקייט און ערנסטקייט פון די טעמע אין נאַציאָנאַלע וואַלן, אָבער ליידער זענען עס ווידער די זעלבע ציונ'יסטישע עלעמענטן וועלכע האָבן שטענדיג אָנגעהעצט שנאת ישראל איבער די וועלט, וועלכע גיסן איצט אויל צום פייער.

די עלעמענטן וועלכע זענען העכסט פּראָפעסיענאַל אין מאַכן אַ גערודער, טומעלן אַרום מיט צווייפלענישן צו באַראַק אָבאַמאַ פאַרדינט די אידישע שטימען, וויבאַלד ער האָט נישט קיין קלאָרער רעקאָרד אין בלינדע פריינטשאַפט מיט איזראַעל. די ביישפּילן פון זייערע העצערייען זענען הונדערטער, און גרייכן אין די פּראָמינענטסטע ערטער פון די אַמעריקאַנער פּרעסע, אָבער פאָלגענד זענען עטליכע:

די ניו יאָרק פּאָוסט איז פאַר צוויי וואָכן אַרויסגעקומען מיט אַן אַרטיקל אין וועלכע זיי באַריכטן אַז דער מתנחל אַסמעבלימאַן פון באָראָ פּאַרק האָט פאָרגעזאָגט אַז אויב דער שוואַרצער אָבאַמאַ געווינט די דעמאָקראַטישע נאָמינאַציע וועלן אידישע וויילער מאַכן "אַ מאַסן באַוועגונג צו סענאַטאָר מעקעין." הייקינד, באַריכטעט די פּאָוסט, האָט אַראָפּגעריסן אָבאַמאַ פאַר זיין "האַלב-האַרציגע" שטיצע פאַר איזראַעל און זיינע פאַרבינדונגען מיטן גלח דזשערמיע רייט, וועלכער האָט נאָכאַנאַנד אויסגעלויבט דעם אַנטיסעמיטישן נעישאָן אָוו איסלאַם פירער לואיס פאַראַקאַן, וועלכער האָט אינדאָרסירט אָבאַמאַ.

עס איז קאָמיש ווי שטאַרק ער איז מדקדק אויף התחברות לרשעים, ממש כחוט השערה. מ'טאָר נישט שטימען פאַר אָבאַמאַ, ווייל אָבאַמאַ איז אַן אָנהענגער פון רייט, רייט האָט געלויבט פאַראַקאַן, און פאַראַקאַן האָט אַמאָל גערעדט אויף אידן...

די נייעס האָט נישט געשאַפן בלויז דעם איינדרוק אַז די ווערטער פון דעם אַסעמבלימאַן איז די מיינונג פון אידן בכלליות, נאָר עס האָט ספּעציפיש אָנגעדייט אַז עס שפּיגלט אָפּ די געפילן ביי חסיד'ישע אידן. די פּאָוסט האָט באַטאָנט אַז הייקינד איז "אַן אָרטאָדאָקסישער איד וועמען'ס באָראָ פּאַרק דיסטריקט שליסט אַריין די גרעסטע חסיד'ישע בלאָק אין די פאַראייניגטע שטאַטן."

און דער אַסעמבלימאַן אַליין האָט געגעבן אָנצוהערן אַז וואָס ער זאָגט איז דער דעת הקהל ביים היימישן ציבור. פאָלגענד איז ווי אַזוי ער ווערט דאָרט ציטירט: "עס זענען דאָ זייער אַסאַך אידן וועלכע זענען באַזאָרגט וועגן די אישוס, און זיי גייען ווייט ווייטער ווי חסיד'ישע און אָרטאָדאָקסישע אידן, מענטשן וועלכע איך שילדער ווי קאָנסערוואַטיווע רעיגען/זשוליאַני דעמאָקראַטן." דער באַדייט פון די ווערטער איז אַז, אָפּגערעדט אַז חסיד'ישע אידן וועלן אַנטלויפן אין די מאַסן פון אָבאַמא צוליב זיינע איזראַעל פּראָבלעמען, נאָר אויך אַלגעמיינע אידן וועלן עס טאָן.

אויך די דזשואיש פּרעס איז אַרויסגעקומען מיט סטעימענטס אויסרעכענדיג אָבאַמאַ'ס חטאים קעגן איזראַעל און אידן, און ענליכע סטעיטמענטס ווערן אויסגעלופטערט אין די נאָך פרומערע אַנגלאָ- אידישע פּרעסע ווי המודיע. די סטעיטמענט – און ענליכע סענטימענטן וואָס מ'לייגט אָן אויף אידן - איז שפּעטער איבערגעלופטערט געוואָרן אין אַנדערע צייטונגען איבער אַמעריקע.

טראָץ וואָס אַנקעטעס צייגן אַז דער שוואַרצער קאַנדידאַט האָט אין געוויסע ערטער אָנגעצויגן גרויסע פּראָצענטן פון די אידישע שטימען און אַז זייער אַ קליינער פּראָצענט – אין די איינצעלנע ציפערן - אידישע וויילער שטעלן איזראַעל אַלס הויפּט אישו לויט וועלכע זיין באַשלוסן ווער ס'זאָל באַקומען זייער שטימע, הערט מען אָבער פיל מער די נייעסן פון די אַזוי גערופענע אידישע פאַרטרעטער, און עס שאַפט זיך דער איינדרוק ווי עס שפּיגלט אָפּ די מיינונג פון אַלגעמיינע אידן איבער אַמעריקע.

יעדער רעכט-דענקנדער מענטש פאַרשטייט וואָס פאַר אַ סכנה עס איז דאָ מיט זיך רייצן מיט אַ מענטש וועלכער האָט אַ גאָר גוטער שאַנס צו זיין דער קומענדיגער אַמעריקאַנער פּרעזידענט. די אַלע דרוקערייען, אפילו אויב איצט בעת'ן לויפן גיט ער זיך אונטער און וואַרפט צו סטעיטמענטס צו חנפה'ען די רודערער, לאָזט קלאָר איבער ביי אַ פּאָטענציעלער אַמעריקאַנער פּרעזידענט אַ שרעקליכן ביטער געפיל אויף אידן. אָבער די טומלער קימערן זיך ליידער נישט דערמיט – דער עיקר אַז אויף די מינוט האָט מען פּובליסיטי

דער בלבול פון דאָפּלטע לאָיאַליטעט

אויסער דעם, און פיל אַרגער, איז דאָס וואָס ביי אַלע אַמעריקאַנער בירגער – אָבאַמאַ שטיצער און דאָס זעלבע זיינע קעגנער – שאַפט זיך דער איינדרוק אַז די הויפּט אינטערעסע ביי אידן איז די שטיצע פאַר איזראַעל. ווען זיי באַטראַכטן פאַר וועמען צו שטימען קוקט מען נישט ווער ס'וועט זיי בעסער פאַר'ן לאַנד, פאַר די עקאָנאָמיע, און פאַר אַמעריקע'ס זיכערהייט, נאָר ווער ס'איז גוט פאַר איזראַעל. דאָס קומט בעפאָר די פּאַטריאָטישקייט און די אינטערעסן פון זייער אייגן לאַנד.

אָט דאָס האָט זינט די הקמת מדינה אָנגעזייעט אַ געוואַלד מיט אַנטיסעמיטיזם, באַשולדיגנדיג אידן אין דאָפּלטע לאָיאַליטעט, דאָס הייסט אַז זיי זענען נישט בלויז געטריי צו די אינטערעסן פון זייער לאַנד, נאָר זענען מער אָדער אייניג געטריי צו די מדינה.

דער שאָפּראָנער רב זצ"ל ברענגט אַרויס די סכנה (תורת א' ח"א מכתב י"ג) אַז עס שוועבט אַ סכנה פון שנאת ישראל דורך די ציונים, ווייל די גויים וועלן זאָגן "היהודים הדרים במדינה זו הם אוהבי מדינה אחרת, ומחוברים לה עד שהם חשודים למעול בגוי אשר הם דרים בו ר"ל.

די חנופה פון פּאָליטיקאַנטן צו איזראַעל ביי די וואַלן צו געפעלן די אידישע מויל-מאַכער, אַ פאַקט וואָס שפּילט אַריין אין די הענט פון שונאי ישראל וועלכע טענה'ן אַז די פאַראייניגטע שטאַטן טוט זאַכן קעגן אירע אינטערעסן, זייענדיג אונטער'ן קאָנטראָל פון די ציונים. דאָס לעקן זיך צו די ציוני'סטישע אינטערעסן, און דאָס ווידערהוילן די געטריישאַפט צו איזראַעל'ס געברויכן, דינט זיי אַלס שטאָף איבערצוצייגן זייערע טענות אַז אידן דאָמינירן וואַשינגטאָן.

די דאָפּלטע לאָיאַליטעט טענה האָט במשך די לעצטע הונדערט יאָר געדינט אַלס שטאָף פאַר שונאי ישראל, צו זאָגן אַז אידן זענען נישט גענוג פּאַטריאָטיש און אַרבעטן קעגן די אינטערעסן פון זייערע לענדער. אויך היטלער נוצט עס אין זיין טרויעריג-באַרימטע טאָג בוך מיין קאַמף. אין אונזערע צייטן איז עס אויך אַ הויפּט וואָפן פון אַנטיסעמיטיזם, און די איצטיגע טומלענישן קעגן דעם דעמאָקראַטישן קאַנדידאַט איז עלול אַריינצושפּילן אין זייערע הענט און שרעקליך אויפפלאַמען די האַסן קעגן אידן ר"ל.

ביי די פרשה פון די מאָראָקאַנער אידן, קעגן וועלכע די ציונ'יסטן האָבן אָנגעזייעט שנאת ישראל זיי זאָלן מוזן אויסוואַנדערן קיין ארץ ישראל, האָבן די ציונים אויך גענוצט דאָס אָפּמאָלן די אידן ווי אומגעטרייע בירגער, וועלכע זענען בלויז לאָיאַל צו איזראַעל, כדי צו אָנצורייצן די גויים קעגן זיי. רבינו הק' זי"ע האָט דאַן געזען וואָס פאַר אַ סכנה און שנאה די באַשולדיגונג ברענגט אויף אידן, און האָט דעמאָלט געשריבן צום מאָראָקאַנער קעניג אַ בריוו אָפּצושלאָגן די שנאת ישראל וואָס האָט זיך געשאַפן צוליב די באַשולדיגונגען.

דער בריוו, אונטערגעשריבן מיטן רבי'נס נאָמען, שטרייכט אונטער אַז אידן זענען געטריי בירגער צו זייערע לענדער. דאָס צייגט ווי ווייט דער רבי האָט זיך געזאָרגט פאַר די דאָפּלטע לאָיאַליטעט ליילעך וואָס מ'ציעט אַרויף אויף אידן, טוענדיג דאָס אומגעווענליכע פון שרייבן אַ בריוו צו אַ רעגירונג פירער דערוועגן.

דער פאַקט איז אַ דאָפּלטע לאָיאַליטעט איז שוין איצט אַ הויפּט פאַקטאָר אין די שטייגנדע אַנטיסעמיטיזם אין די וועלט. אַן אָפיצעלער באַריכט וואָס די אַמעריקאַנער אויסערן מיניסטעריום האָט אַרויסגעגעבן פאָריגע וואָך איבער דעם פּראָבלעם פון אַנטיסעמיטיזם איבער די וועלט, טאַקע אויסגערעכנט "דאָפּלטע לאָיאַליטעט" און "אַנטי-ציונ'יזם" אַלס איינע פון פינף הויפּט אַנטיסעמיטישע דיסקוסיע פּונקטן." דאָס ווערט אויסגערעכנט אינאיינעם מיטן "בלוט-בלבול," האָלקאָוסט לייקענונג און קאָנספּיראַטע טעאָריעס אַז אידן פירן די וועלט.

פיל אַן ערגערע, און נענטערע סכנה, איז דאָס וואָס די וואָס האַלטן זיך אַלס אידישע וואָרט- זאָגער לאָזן זיך הערן מיט פאַרדאַמונגען קעגן דעם שוואַרצן קאַנדידאַט'ס שייכות מיט שוואַרצע גלחים וועלכע האָבן אַ היסטאָריע פון אַנטיסעמיטישע אויסדרוקן. ביי אַ דעבאַטע איז דער קאַנדידאַט דערקוטשעט געוואָרן איבער דעם פאַקט אַז ער איז אינדאָרסירט געוואָרן דורך לואיס פאַראַקאַן, און ער האָט עס געמוזט צוריקווייזן.

אפילו פרייע אידישע קאָמענטאַטאָרן האָבן דאַן געשריבן אַז זיי האָבן זיך געשפּורט אומבאַקוועם פאַרוואָס די "אידישע אישו" האָט פאַרנומען אַזאַ פּראָמינענט אָרט און איז געווען די הויכפּונקט פונעם נאַכט ביי אַ נאַציאָנאַלע דעבאַטע. דאָס איז אַן אויסגאַנג פון די טומלענישן פון געוויסע אידישע מויל-מאַכער, וועלכע שאַפט דעם איינדרוק אַז דאָס איז דער דעת הקהל פון די דורכשניטליכע אידישע וויילער.

דעם דינסטאָג האָט אָבאַמאַ געמוזט האַלטן אַ רעדע וואָס איז באַצייכנט געוואָרן אַלס "העכסט- וויכטיגע ספּיעטש" זיך צו פאַרטיידיגן פאַרוואָס ער איז פאַרבינדן מיטן גלח דזשערעמי רייט, פון וועמען עס זענען דאָ אַנטי-אַמעריקאַנער און אַנטי-אידישע סטעיטמענטס.


נניח אַז אָט די צוויי גלחים זענען טאַקע פּאָלנע אַנטיסעמיטן – וואָס די הוכחות דערין זענען פון געקליבענע רעדעס במשך לאַנגע יאָרן, און פילייכט קען מען צווישן זייער דעמאַגאָגיע אויך טרעפן שאַרפע אויסדרוקן קעגן אַנדערע גרופּעס, ווייל זיי זענען נישט קיין פּאָליטיקאַנטן וועלכע טראַכטן איבער און מעסטן יעדעס וואָרט, נאָר רעדן לויט די מאָמענטאַלע געפילן - איז אָבער קלאָר אַז פיל ערגערע שאָדנס פאַר אידן – ה"י - זענען גורם די וואָס מאַכן דערפון אַ הויפּט אישו אין די איצטיגע וואַלן.

עס איז אומפאַרשטענדליך וואָס פאַר אַ זין עס האָט זיך אַרויסצולאָזן קעגן אַ קאַנדידאַט – אפילו נישט צוליב זיין אייגענע אַנטיסעמיטיזם, נאָר ווייל ער איז פאַרבינדן מיטן גלח רייט וועלכער האָט אַמאָל גערעדט קעגן אידן! אפילו זיי וועלן זיין דערפאָלגרייך, און דער קאַנדידאַט וועט זיך אָפּטרייסלען פון אים, וואָס וועט מען פאַרדינען דערפון? אַנשטאָט פאַרמינערן שנאת ישראל, פלאַמט עס פיל מער אויף אַנטיסעמיטיזם ביי דעם גלח און זיינע טויזנטער אָנהענגער, ותוצאותיו מי ישורנה, ה"י.

דאָס זעלבע איז מיט פאַראַקאַן. ער ווערט פאַרערט דורך מיליאָנען שוואַרצע אַמעריקאַנער, און דאָס העצן קעגן דעם דעמאָקראַטישן קאַנדידאַט, בלויז ווייל ער איז אינדאָרסירט געוואָרן דורך אים, און ווייל פאַראַקאַן איז גוט מיט זיין גלח – ד.ה. אַ גאָר ווייטע קורבה – האָט נישט קיין שום נוצן, אויסער חלילה אויפהעצן אים און זיינע ריזיגע מאַסן ר"ל. רבינו הקוה"ט זי"ע האָט מרעיש עולמות געווען אַז פּונקט ווי די רשעי הציונים האָבן אָנגערייצט די איינוואוינער אין די אַראַבישע מדינות קעגן די אידישע איינוואוינער - וואָס הונדערטער טויזנטער זענען נעבעך צוליב דעם פאַרטריבן געוואָרן און געצווינגען געוואָרן אויסצואוואַנדערן פון זייערע היימען צוליב די שרעקליכע שנאת ישראל וואָס זיי האָבן אָנגעזייעט, און עס האָט ליידער אויך געקאָסט אידישע נפשות – דאָס זעלבע טוען זיי אויך אין די פאַראייניגטע שטאַטן: "ואם רק יביטו ויתבוננו היטב יראו בחוש כי גם כאן בארה"ב הם עושים כל טצדקי להגדל שנאת האומות, כאשר עשו מלפנים במדינות אירופא. וזקוקין ישראל לרחמים גדולים שלא תעלה בידם להפק זממם הרע ולבצע את אשר יזמו לעשות, כי ע"י עזות ומלשינות יכולין להרוס הכל." (דברי יואל נשא עמ' קכ"ח).

אויב האָט דאַן אויסגעפעלט "יביטו ויתבוננו היטב," זעט מען אין די איצטיגע צייט קליפּ און קלאָר ווי די אומפאַראַנטוואָרטליכע ציונים און די וואָס גייען אין זייער גאַנג רייצן אָן שנאת ישראל. נטרונא אַרבעט במשך דעם קיילעכיגן יאָר אָפּצושלאָגן די שאָדנס וואָס די מופקים ווירטשאַפטן אָן, דורך אינפאָרמירן די פּרעסע און פאַרשפּרייטן ביי די אַלגעמיינע אַמעריקאַנער בירגער אַז דאָס שפּיגלט נישט אָפּ דעם אידישן, תורה'דיגן געדאַנקנגאַנג, און אַז אידן זענען שאַרף קעגן די רייצערישע שריט.

צום איצטיגן פּאָליטישן מצב – ווען די אידישע אישו איז געוואָרן זייער היציג - איז זייער שטאַרק פאַרשפּרייט געוואָרן אַ רוף אַרויסצולאָזן איזראַעל פון די וואַל פּאָליטיק. נטרונא האָט גערופן פּאָליטיקאַנטן נישט אויפצוברעגן מדינת ישראל אין די קומענדיגע וואַל סעזאָן, נאָר זאָלן זיך ענדערש קאָצענטרירן אויף די געברויכן פון די אַמעריקאַנער מענטשן.

"אידן אין די פאַראייניגטע שטאַטן זענען יו.עס. בירגער און זענען פּונקט אַזוי באַזאָרגט מיט פאַרבעסערן די לעבנס פון די אַמעריקאַנער מענטשן אַזוי ווי סיי וועלכע אַנדערע אַמעריקאַנער בירגער." "מיר זענען אַמעריקאַנער אידן, נישט איזראַעליס. פּונקט ווי אַלע וויילער, וועלן אידישע וויילער שטימען פאַר פּאָליטיקאַנטן וועמען'ס פּאַליסיס זיי גלייבן אַז עס איז ריכטיג פאַר אַמעריקע," ווערט ציטירט אַ נטרונא פירשפּרעכער.

די שטאַרק געליינטע און געדעקטע סטעיטמענט שטרייכט אונטער אַז אידן זענען באַפוילן מיט ודרשו את שלום העיר, צו זיין געטרייע בירגער און מתפלל זיין פאַרן לאַנד וואו זיי וואוינען, און דאָס איז געווען דער וועג-ווייזער פאַר אידן אין גלות.

די מעלדונג איז ב"ה אויסטערליש צושפּרייט געוואָרן צווישן ריזיגע נייעס קוועלער, וועלכע עס ליינען מאַסן מענטשן - צ.ב.ש., עס איז געדעקט געוואָרן דורך די מערסט פּרעסטיזשפולע נייעס פאָרומס ווי יאַהו, פאָרבס און די פאַקס-ביזנעס נעטוואָרק – וואָס דעמאָנסטרירט אונטער די געוואַלדיגע הצלחה פון נטרונא, אַדאַנק די אויסגערעכנטע אַרבעט און וואָס מ'נוצט די בעסטע מיטלען אַז די סאָרט סטעיטמענטס זאָלן שטאַרק אויפגעכאַפּט ווערן.

די סטעיטמענט האָט געהאַט אַ הילכיגער אָפּקלאַנג קעגן די הפקר'דיגע רייצונגען מיט די העכסטע באַאַמטע, און דאָס שטרייכט ווידער אונטער די וויכטיקייט פון די נטרונא אַקטיוויטעטן, אָפּצושלאַגן די שנאת ישראל וואָס ווערט כסדר געשאַפן פון די ציונ'יסטישע און פרייע אַגיטאַציס. נטרונא באַווייזט ב"ה אַרויסצוגעבן דעם מעסעדזש אַז דער ערליכער אידענטום, און פילע אַלגעמיינע אידן זענען דערקעגן, און די אַזוי גערופענע וואָרטזאָגער פאַרטרעטן נישט דעם אידישן פאָלק.

בזכות די פעולות אָפּצושלאָגן די התגרות באומות און די שנאה אויפן כלל ישראל, זאָל דער אייבירשטער העלפן אַז אין די חדשי הגאולה זאָלן מיר שוין זוכה זיין צו מחיית עמלק, און ס'זאָל שוין ווערן שמו שלם וכסא שלם, בביאת משיח צדקנו בב"א.

מדינת ישראל באלאנגט נישט אין די אמעריקאנער וואלן

אזוי ווי די וואלן דערנענטערן זיך, פארמערט זיך די רעטאריק און פאליטישע דעבאטעס. אמת'ע תורה אידן זענען באזארגט וועגן די אפטע באמערקונגען דורך פאליטישאנס אז מ'דארף זיין פארמישט אין איזראעלישע פאליטיק. די פאליטיק און פרינציפן פון די אזוי גערופענע "סטעיט פון איזראעל" זאלן נישט שפילן קיין שום ראלע אין רעגירן איבער די פאראייניגטע שטאטן אדער אין אונזערע פארשטייענדע וואלן.

מ'דארף זיך ענדערש קאנצעטרירן אויף די געברויכן פון די אמעריקאנער בירגער. אידן אין די פאראייניגטע שטאטן זענען אמעריקאנער בירגער און זענען פונקט אזוי אינטערעסירט צו פארבעסערן דאס לעבן פאר אמעריקאנער ווי אנדערע בירגער.

אונזערע פאליטישאנס דארפן זיין פארנומען מיט אדרעסירן די פילע פראבלעמען וואס שטייען פאר אונז אין די פאראייניגטע שטאטן און נישט אין מדינת ישראל.

"מיר זענען אמעריקאנער אידן, נישט איזראעליס. אזוי ווי סיי וועלכע אנדערע וויילערס וועלן אידישע וויילערס שטימען פאר די פאליטישאנס וואס זיי גלויבן אז זייערע פרינציפן זענען גוט פאר אמעריקע." האט ר' הערש לעווענטאהל געזאגט.

כדי צו הויבן זייער פאפולעריטעט באטאנען פאליטישאנס כסדר זייער שטיצע פאר מדינת ישראל, ווייל זיי מיינען אז דאס וועט באאיינפלוסן די אידישע וויילערס. ס'איז אבער פונקט פארקערט; אריינשלעפן די פראבלעמען פון איזראעל אין אמעריקאנער פאליטיק און זיך כסדר קאנצעטרירן אויף דעם האט א פארקערטע ווירקונג. ס'פלאקערט אויף אנטיסעמיטיזם, פארמערט קאנפליקטן און שאפט א מעגליכע סכנה פאר אידן איבער די וועלט.

דאס איז געווען א יסודות'דיגע טייל פון תורה'דיגן גלויבן זינט דעם חורבן בית המקדש ווען אידן זענען פארטריבן געווארן אין גלות בערך צוויי טויזענט יאר צוריק. דער נביא ירמי' האט אויסגערופן דעם אויבערשטנ'ס ווארט צו אלע אידן אין גלות: "זוכט דעם וואוילזיין פון די שטאט צו וועלכע איך האב אייך פארטריבן און זייט מתפלל צום באשעפער פאר די שטאט, ווייל דורך איר וואוילזיין וועט איר אויך האבן וואוילזיין." (כ"ט ז') די ווערטער זענען געווען דער אבן הפינה פון אידישע אויפפירונג אין גלות דורכאויס די היסטאריע.

אלץ אידן דארפן מיר שטענדיג זיין פארזיכטיג וועגן דעם וואוילזיין פון אונזערע ברידער, וואו אימער זיי וואוינען. אבער דער אגרעסיווער צוגאנג פון די אמעריקאנער ציוניסטישע גרופעס שטעלט נאר אין געפאר דעם וואוילזיין פון אידן אין ארץ ישראל און איבער די וועלט.

מקורות

[רעדאַקטירן]

נטרונא יהודים הנאמנים לתורה נגד ציונות

קוק נאך

[רעדאַקטירן]

נטרונא
דזועס אגענסט ציוניזם