נטרונא גליון ה ניסן תשס"ח ב
נטרונא גליון ה ניסן תשס"ח א - - נטרונא גליון ה ניסן תשס"ח ב - - נטרונא גליון ה ניסן תשס"ח ג - - צוריק צו נטרונא בלעטל
ר' הילל האט אנגעוויזן, אז די פרייע חברה זענען שוין היינט ווייניגער פאראינטרעסירט אין ציונות, ווייל זיי איז גוט צו לעבן זייער הפקר'דיג לעבן סיי וואו ערגעץ אין דער וועלט, און עס מוז נישט זיין דוקא אין מדינת ישראל. ער האט אנגעוויזן אויף א בארימטער פרייער חבר הכנסת, וועלכער האט זיך באזעצט אין פאריז, און וויל נישט צוריקגיין קיין מדינת ישראל, ווייל עס איז גוט דארט וואו ער איז.
די איינציגע וואס זענען נאך היינט ריכטיגע ציונים, זענען די מזרחי'ניקעס, וואס רופן זיך "דתי לאומי". – אבער צווישן זיי זעלבסט זעהט זיך שוין אויך אן אן ענדערונג, ווייל די פרומערע צווישן זיי וועקן זיך אויף, און הויבן אן אנערקענען אז ציונות איז אן עסק ביש.
די דאזיגע אויפוואכונג איז געקומען אין ליכט פון די עוואקואציע פון גוש קטיף, ווען אכט טויזנט נפשות זענען פארטריבן געווארן פון זייערע הייזער, זייערע פרנסות, ווייל די ציונים האבן געמוזט צוריקגעבן יענעם געביט, און די דארטיגע איינוואוינער האבן געמוזט נעמען דעם וואנדער שטעקן, און גיין נע ונד, אן קיין געהעריגן דאך איבערן קאפ.
דעמאלט האבן די "דתי לאומי" חברה זיך אויפגעוועקט, און זיך זעלבסט געפרעגט א ווייטאגליכע פראגע: "אין אן אייגן לאנד ווארפט מען מיך ארויס אויפן גאס?"
די דאזיגע געפיל פון אנטוישונג האט זיי אויפגעוועקט דעם מח, אז זיי האבן אנגעהויבן טראכטן אנדערש: אפשר איז אונזער וועג נישט ריכטיג? אפשר זענען די ערליכע אידן פארט גערעכט, אז ציונות איז קעגן די תורה? עס איז אזוי ווייט געגאנגען, אז עס האט זיך אויפגעשטעלט א געוויסער מזרחי'ניק, א ראש ישיבה פון גוש קטיף, וועלכער האט געזאגט פאר זיינע תלמידים קליפ און קלאר: נישטא מער קיין יום העצמאות! נישטא מער קיין הלל! אונזער פלאץ איז מיט די חרדים! מיר האבן געמאכט א גרויסן טעות! חטאתי עויתי פשעתי! מיר האבן נישט פארשטאנען וואס דא גייט פאר! יעצט זעען מיר שוין זייער ריכטיגן פרצוף! אונזער פלאץ איז מער נישט מיט די ציונים, נאר מיט די ערליכע אידן!
און דער מזרחי'ניק ראש ישיבה איז דעמאלט געגאנגען צו איינעם פון די גדולי הרבנים שליט"א אין ארץ ישראל, און אים געזאגט אז ער וויל זיך אויסטון דעם געשטריקטן מזרחי קאפעלע, נאר "איך וויל זיך אנטון א לאנגע קאפאטע! איך וויל זיין א חרדי!" האט אים דער רב געזאגט: "חס ושלו', דו גיי אזוי ווי דו ביזט, מיטן געשטריקטן קאפעלע און מיטן ווייסן העמד, כדי דיינע חברים זאלן וועלן מקבל זיין פון דיר!"
איז ער געגאנגען און געמאכט א נייע ישיבה, א נייע מיידל שולע, וואו מען לערנט מער נישט קיין מזרחי'סטישע ציונות, נאר אדרבה, אז מען טאר נישט נעמען א גאולה פאר די צייט. און ער זעלבסט האלט אויך אין איין דרש'ענען פאר זיינע חברים אין "דתי לאומי" קרייז: "מיר האבן געמאכט א גרויסן טעות, און מען דארף זיך צוריקקערן צום אויבערשטן!"
דאס זעלבע האט ביי זיי געשאפן אן איבערקערעניש, דער דורכפאל מיט די לבנון מלחמה, מיט אנדערהאלבן יאר צוריק, ווען די מדינת ישראל מיליטער מיט אלע אירע טאנקען זענען דורכגעפאלן, קעגן א קליינע גרופע פון עטליכע טעראריסטן. עס איז אויפגעשטעלט געווארן א קאמיסיע, וואס האט פרובירט געפינען דעם אורזאך, פארוואס זיי האבן געליטן אזא ביטערע מפלה, און מען האט גע'חקר'ט א סיבה אהער א סיבה אהין, די אונטערשטע שורה איז, אז זיי זענען ביטער דורכגעפאלן.
דאס איז געווען א שטארקע לעקציע פאר די פרומע ציונים, אז מען קען נישט זיך פארלאזן אויף כחי ועוצם ידי, עס איז נישטא קיין אויסזיכטן, אין לנו על מי להשען, אלא על אבינו שבשמים, נאר דער באשעפער קען אונז העלפן. דאס אלעס ווייזט, אז כהיום הזה איז דער באדן רייף, אז די פרומע צווישן זיי זאלן זיך ערוועקן, און זיך דערנענטערן צום אמת.
אזא צייט איז פאסיג ביז גאר די פעולות פון "נטרונא", וועלכע קלערט אויף אידן איבער דער גארער וועלט, אז דער גאנצער רעיון הציונות איז קעגן די הייליגע תורה, און ווילאנג אידן זענען פארטריבן אין גלות, טארן מיר זיך נישט אליין אויסלייזן, נאר מיר דארפן ווארטן אז משיח צדקנו זאל קומען און ברענגען די גאולה שלימה.
דערפאר איז וויכטיג צו שטיצן די אקטיוויטעטן פון "נטרונא", און איר ארויסהעלפן מיט א ברייטע האנט, כדי זי זאל קענען מוסיף זיין פעולות לטובה, און גרייכן צו מער מענטשן, און צו ווייטערע אדרעסן, אז אלע אידן וואס זענען שומרי תורה ומצוות, זאלן זיך קענען דערנענטערן צום אמת.
ר' הילל האט פארענדיגט זיינע ווערטער מיט א ווארימען וואונטש, אז מיר זאלן שוין בקרוב זוכה זיין אויסגעלייזט צו ווערן פונעם ביטערן גלות, בביאת משיח צדקנו בב"א.
מיט דעם האט זיך געשלאסן דער גייסטרייכער מסיבת באנקעט, וואס האט פיל בארייכערט די משתתפים, מיט וויכטיגע ידיעות איבער גלות און גאולה, און איבער דעם נסיון פון רעיון הציונות. און אין דער זעלבער צייט האט דער באנקעט אויך געברענגט א שיינע הכנסה, פאר דער הייליגער ארגאניזאציע "נטרונא". אין ישראל נגאלין אלא בזכות "נטרונא".
וויליאמסבורג. – גרויס פרייד הערשט צווישן שלומי אמוני ישראל, מיטן נייעם רינגעלע אין קייט פון פעולות דורך די הייליגע ארגאניזאציע "נטרונא", נאכדעם וואס זי האט איינגעפירט א נייעם שיעור אויפן "נטרונא" טעלעפאן ליניע, אין ספה"ק ויואל משה. דער שיעור ווערט פארגעלערנט בטוב טעם ודעת, דורך הרה"ג רבי יודא כ"ץ שליט"א, פון מעלבוירן, אויסטראליע.
ווי באקאנט, האט "נטרונא" מיט א צייט צוריק געגרינדעט א טעלעפאן ליניע, אינערהאלב דעם טעלעפאן ליניע פון "קול דודי דופק", וואו שלומי אמוני ישראל הערן און זיך ערקונדיגן דרשות און דברי תורה פון מרן רביה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע, מידי שבוע בשבוע אויף די פרשיות השבוע. אזוי אויך געפינט זיך אויפן ליניע פארשידענע אינהאלטסרייכע דרשות און אויפטריטן, ביי מסיבות און באנקעטן פון "נטרונא".
ד ע ר דאזיגער ליניע האט געדינט כמים קרים על נפש עיפה, פאר פילצאליגע שלומי אמוני ישראל, נאכדעם וואס עס זענען נתרבה געווארן טעלעפאן ליניעס, פון פארשידענע שיעורי תורה, ביי וועלכן אידן הערן זיך צו צו א רייכן אוצר פון דרשות און שיעורים – האט זיך דאן געשאפן א פארלאנג, אז עס זאל אויך געגרינדעט ווערן א טעלעפאן ליניע, וואס זאל זיין ספעציפיש געשטעלט אויף שיעורים אין הינזיכט פון מלחמה לד' בעמלק, די מלחמה קעגן ציונות.
דערפאר האט "נטרונא" מוסיף געווען אויף איר לאנגע ליסטע פון פעולות, דעם נייעם איינפיר פון א טעלעפאן ליניע. "נטרונא" האט זיך צוזאמגעשטעלט מיט די בארימטע טעלעפאן ליניע "קול דודי דופק", און געעפנט א ליניע אינערהאלב "קול דודי", אין איין באשטימטע אפטיילונג, וואס אנטהאלט שיעורים בעניני אמת ואמונה, אונטערן נאמען פון "נטרונא".
ווי דערמאנט, געפינט זיך אויפן דאזיגן טעלעפאן ליניע דרשות פון רבי'ן זי"ע, און אויך באלערנדע אויפטריטן פון די "נטרונא" באנקעטן, וואס שטעלט מיט זיך פאר, גאר א רייכער אוצר פון ידיעות און דברי תורה, וואס נעמען ארום דעם פעלד פון מלחמה קעגן ציונות.
דערפאר זענען פאראן פילע שלומי אמוני ישראל וועלכע רופן כסדר אריין צו "נטרונא", צו הערן דא"ח חוצבים להבות אש, פונעם רבי'ן זי"ע'ס הייליגע רייד, אדער פון די "נטרונא" באנקעטן – וועלכע קומען אויך באגלייט מיט היסטאריע און אינטרעסאנטקייט.
דורכאויס די צייט האבן שלומי אמוני ישראל אויסגעדרוקט א פארלאנג, אז "נטרונא" זאל בארייכערן איר טעלעפאן ליניע, מיטן ארויפלייגן א שיעור אויך אין ספר הק' ויואל משה. די בקשה האט געלויטעט, אז עס זאל צוגעשטעלט ווערן א שיעור אינעם ספר הק', פארגעלערנט בטוב טעם ודעת, אויף אן אופן וואס איז שוה לכל נפש, אז סיי ווער עס וויל הערן די הייליגע ווערטער, געשריבן בדם לבבו ובאש קודש, דורך מרן רביה"ק מהר"י ט"ב זי"ע, זאל זיי קענען קונה זיין און פארשטיין.
די וויכטיגקייט דערפון איז פארשטענדליך, אז די הייליגע יסודות פון איסור דחיקת הקץ, און די דריי הארבע שבועות, און אזוי ווייטער, איסורים וואס רירן צו די אמונה אין ביאת המשיח, זאלן זיין אפען לכל דורש ומבקש, און זאלן קענען געהערט ווערן, קלאר אפגעלערנט, דורך א גוטן מגיד שיעור, כדי מען זאל די האקעלע ענינים זיך קענען ערקונדיגן.
אזא שיעור וועט זיין בייהילפיג פאר יעדן איינעם, און בפרט פאר די אידן וואס קענען נישט אליין לערנען דעם ספר, צוליב מאנגעל אין צייט, אדער מחמת קוצר המשיג ועומק המושג – וועלן זיי אבער איצט עס יא קענען דורכלערנען, דורך הערן דער טעלעפאן ליניע.
די הנהלה פון "נטרונא", כאטש זיי זענען איבערגעשטרענגט מיט ארבייט, צוליב אנדערע אנגייענדע פעולות, פונדעסטוועגן האבן זיי מסכים געווען צו נעמען אויף זיך אויך די דאזיגע אונטערנעמונג, און אהערשטעלן דעם שיעור. די הנהלה האט אויסגעקליבן א פאסיגן מגיד שיעור, וועלכער איז באקאנט אלס מגיד מישרים ונואם בחסד עליון, הרה"ג רבי יודל כ"ץ שליט"א, אויסטראליע, זעענדיג אין אים דעם פאסיגן קאנדידאט פארצולערנען דעם ספר.
הרה"ג רבי יודל שליט"א האט מיט עטליכע וואכן צוריק אנגעהויבן זיין שיעור פון אנהויב ספר, וואו ער האט פארגעלערנט א גרויסער טייל פונעם הקדמה. פון דארט וועט ער ווייטער גיין אויפן סדר, צו פארענדיגן דעם הקדמה, און דאן אנהויבן דעם ערשטן מאמר שלש שבועות, און דורכגיין אלע שיינע מקצועות בעניני גלות וגאולה, דורכאויס דעם גאנצן לענגערן מאמר. דערנאך ווערט ער לערנען דעם צווייטן מאמר בעניני מצות ישוב ארץ ישראל, און אזוי ווייטער דעם דריטן מאמר בעניני לימוד לשון הקודש.
עס איז וויכטיג צו באמערקן, אז דער רבי זי"ע האט שטארק געוואלט אז זיינע חסידים ותלמידים, זאלן לערנען און חזר'ן דעם הייליגן ספר. אבער ווי פריער דערמאנט, איז דערביי פאראן אן עומק המושג, ווייל דער ספר ויואל משה איז א טיפער לימוד. דער ספר איז דאך סוף כל סוף געשטעלט צו מברר ומלבן זיין את האסור ואת המותר, אין די סוגיא פון ציונות והמסתעף, א זאך וואס נעמט ארום פיל בירורים וביאורים, אין פארשידענע מקצועות התורה, ממילא פאדערט עס אן עיון רב. – אזוי ארום אז די טיפקייט פונעם לימוד האלט אפ פילצאליגע אידן, אפילו סאטמארער תלמידים, פון לערנען דעם הייליגן ספר.
דאקעגן איצט, ווען דער לימוד וועט פארגעלערנט ווערן בטוב טעם ודעת דורך א באגאבטן פארלערנער, און דורך א טעלעפאן ליניע, וואו מען קען אלעמאל צוקומען, איז דאס א גינסטיגע געלעגנהייט פאר סאטמארער אידן, זיך אנצושליסן אינעם שיעור, און מיטהאלטן דעם לימוד מרישא ועד גמירא.
עס איז צו האפן אז דער ציבור תלמידי וחסידי סאטמאר, חובבי תורת מרן רביה"ק זי"ע, וועלן זיך אנשליסן אינעם שיעור, כדי זיך צו ערקונדיגן דעם תורת אמת, דער בירור להלכה והוראה למעשה אין די הארבע ענינים, וואס דער רבי זי"ע האט מוריש געווען לדור אחרון "באש שחורה על גבי אש לבנה", את הדרך נלך בה והמעשה אשר נעשה.
צו הערן דעם שיעור, רופט "קול דודי דופק", אויפן נומער: 718-989-6844 , און דאן גייט אריין אין "נטרונא" ליניע, דורך דרוקן נומער 9, וואו איר וועט קענען צוקומען צום שיעור אין ויואל משה.
ניו יאָרק – אין די צייט וואָס די ציונים גרייטן זיך צו פייערן די זעכציגסטע יאָרטאָג פונעם יום המר והנמהר ווען עס איז יצא העגל הזה, קומט אַלץ פרישע, אויפשוידערנדע דערמאַנונגען פאַר אידן איבער די וועלט איבער די צרות און סכנות וואָס די רשעים און די מדינה'ס עקזיסטענץ ברענגן נישט בלויז אויף די דאָרטיגע איינוואוינער, נאָר אויך אויף אידן סיי וואו איבער די וועלט.
מאָנטאָג פרשת שמיני איז ערשינען אַ מעסעדזש פון אַל-קאידאַ'ס נומער 2 וועלכע העצט זיינע מוסלעמענער פאַרערער צו אַטאַקירן אידישע צילן סיי וואו איבער די וועלט, און שפּעטער האָט די עס.סי.ען. )סעקיור קאָמיוניטי נעטוואָרק( אַרויסגעגעבן אַן אַלערט וועלכע האָט געוואָרנט אידישע אינסטיטוציעס אין די פאַראייניגטע שטאַטן צו זיין געוואָרנט פון פאַרדעכטיגטע אַקטיוויטעטן, און שטיין אויף דער וואַך קעגן מעגליכע אָנגרייפן.
די מעסעדזש וועלכע ווערט געלופטערט אין איימאַן אַל-זאַוואַהירי'ס שטימע, פאָלגט נאָך אַ רוף פון בין לאַדן וועלכע רופט פאַר אַ זשיהאַד קריג צו באַפרייען פּאַלעסטינע. די צוויי אַרכי- טעראָריסטן – וועלכע נויטיגן זיך נישט אין קיין סיבות צו מאָרדן מענטשן – האָבן ליידער גענומען פּראָפּעגאַנדירן מיט די מיטל מזרח קאָנפליקט און קעגן אידן, איינזעענדיג אַז די טעמע קען אָנרייצן די איסלאַמער וועלט צו אַטאַקירן און טעראָריזירן.
זייער רייטן אויף די טעמע, קענען חלילה באַדייטן אַז זייערע ראַדיקאַלע, פאַנאַטישע נאָכפאָלגער זאָלן זיך מער קאָנצענטרירן אויף אידישע צילן.
"מוסלעמענער, היינט איז ענקער טאג. גרייפט אָן די אינטערעסן פון די אידן, די אַמעריקאַנער, און אַלע פון די וואָס האָבן טייל גענומען אין די אַטאַקעס אויף מוסלעמענער," איז טייל פון די שוידערליכע מעסעדזש וואָס איז געוואָרן אויפגעשפּילט אין אַל-קאידאַ און אַנדערע איסלאַמישע וועב-זייטלעך, און איבערגעשפּילט דורך די וועלט פּרעסע. "קוקט נאָך די צילן, זאַמעלט געלט, גרייט אָן די געצייגן, פּלאַן מיט פּונקטליכקייט, און דערנאָך... גרייפט אָן, זוכנדיג מאַרטירערשאַפט און פּאַראַדייס," זאָגט דער נומער 2 אין אַל- קאידאַ אין די 4 מינוט 44 סעקונדע סטעיטמענט. אַנאַליסטן האָבן געזאָגט אַז עס שיינט אַז דאָס איז טאַקע אַן אויטענטישע מעסעדזש פון אים.
אין דעם רוף באַטאָנט אַל-זאַוואַהירי זייער שטאַרק אַז מ'דאַרף אַטאַקירן אידן אומעטום, ווייל ער באַשולדיגט אַלע אידן איבער די וועלט, נישט בלויז ארץ ישראל'דיגע איינוואוינער, אין די לעצטע איזראַעלישע אַריינדרינג אין עזה: "היינט איז נישטאָ קיין פּלאַץ פאַר דעם וואָס זאָגט אַז מיר זאָלן בלויז באַקעמפן די אידן אין פּאַלעסטינע. לאָמיר אָנגרייפן זייערע אינטערעסן סיי וואו, פּונקט וואו זיי האָבן זיך צונויפגעזאַמעלט קעגן אונז פון איבעראָל."
ווען ס'איז אויפגעקומען דער רעיון הציוני, האָבן די פאַרשאָלטענע ערפינדער זיך געגרויסט אַז זיי וועלן זיין די פאַרטיידיגער פונעם כלל ישראל, אָבער גדולי ישראל האָבן דאַן געוואָרנט און מרעיש עולמות געווען אַז דאָס וועט אָנברענגן רדיפות נוראות און סכנות אויפן כלל ישראל, סיי צוליב די שרעקליכע עונשים פון אני מתיר את בשרכם, און אפילו פון אַ גשמיות'דיגן שטאַנד-פּונקט האָבן זיי געוואָרנט אַז די התגרות באומות פון די מופקרים וועט ברענגן נקמות און רדיפות אויפן כלל ישראל.
במשך די יאָרן איז דאָס נעבעך מקויים געוואָרן במלוא מובן המלה, און נאָכמער ווי מ'האָט זיך געקענט פאָרשטעלן. עס איז איבריג צו זאָגן אין וואָס פאַר אַ סכנה די אידן אין ארץ ישראל געפונען זיך. ס'איז היינט נישט פאַראַן קיין אָרט אין דער וועלט וואו עס ווערן געצילט ראַקעטן אויף אידישע ישובים, מדי יום ביומו. זינט הקמת המדינה זענען די דאָרטיגע אידישע קרבנות געווען פילפאַכיג מער ווי סיי וואו איבער די וועלט.
אָבער די סכנות וואָס די רשעים ברענגן אָן אויפן כלל ישראל, איז נישט באַגרעניצט בלויז צו די וואָס שטיצן דעם רעיון הטמא, צו די וואָס וואוינען אין זייערע גרעניצן אָדער צו די וואָס האָבן אַ שייכות מיט זיי, נאָר אידן איבער דער גאָרער וועלט ליידן בעל כרחך פון זייער אַקציעס און הפקר'דיגע שריט. עס איז וואויל באַוואוסט די ציונ'יסטישע ראָלע אין אָנרייצן היטלער'ן, ווען זיי האָבן דערקלערט קריג קעגן אים.
שפּעטער האָבן זיי געברענגט אַ קייט פון רדיפות, גירושים, און אויך שפיכת דמים צווישן אידן אין די אַראַבישע לענדער, וועלכע זיי האָבן אויפגערייצט.
ליידער איז די סכנה נאָך היינט אַקטועל און עס גייט אָן. אַראַבער איבער דער גאָרער וועלט זעען אַלע אידן אַלס שותפים און מיטאַרבעטער פון די ציונים, און האָבן אַ האַס קעגן אידן וואָס קען פירן ר"ל צו גאָר ביטערע פאָלגען. אין די לעצטע יאָרן האָבן סטאַטיסטיקס געוויזן אַז ווען עס איז געווען נייעס פון איזראַעלישע אַקציעס קעגן זייערע שכנים, איז דראַמאַטיש אַרויפגעשפּרינגען די צאָל אַנטיסעמיטישע אָנגרייפן און אַטאַקעס אויף אידן איבער די וועלט.
איצט, לויפט דורך אַ סקרוך אין די ביינער צו הערן דעם רוף פון דעם אַל- קאידאַ אַרכי-מערדער ווי ער העצט זיינע אויסהערער קעגן אַלע אידן, זאָגנדיג אַז זיי זענען שולדיג און מיטאַרבעטער מיט די ציונ'יסטישע אַקציעס קעגן די אַראַבער. אויב איז נאָך געווען אַ ספק צי די ווערטער ברענגן טאַקע אַ געפאַר, האָט געכאַפּט אַ שוידער צו קוקן דעם אַלערט וואָס די "סעקיור קאָמיוניטי נעטוואָרק" האָט אַנומעלט אַרויסגעגעבן. די גרופּע – וועלכע איז אויפגעשטעלט געוואָרן נאָך סעפּטעמבער 11 דורך די פירנדע אידישע אינסטיטוציעס אין לאַנד צו העלפן זיך באַשיצן קעגן טעראָר – האָט גערופן אירע מיטגלידער צו זיין מער וואַכזאַם אין אָנבליק פון לעצטע דראָאונגען און אָנגעצויגנקייטן אין מיטל מזרח.
צווישן די סיבות פאַרוואָס מ'דאַרף זיין מער געוואָרנט, איז דאָס וואָס עס איז איצט געקומען צו אַן ענדע די פערציג טאָג טרויער פּעריאָדע פאַר כעזבאָלאַ'ס פירנדער טעראָריסט אימאַד מוגהניע, וועלכער איז אָפּגערוימט געוואָרן אין סיריע – אין וואָס עס איז שטאַרק אָנגענומען איבער די וועלט אַז איזראַעל האָט דורכגעפירט די אַקציע, און אויך די רוף פון אַל-קאידאַ'ס נומער 2 אָנצוגרייפן אידישע אינטערעסן אַלס נקמה צו די געוואַלדטאַטן אין עזה. עס.סי.ען. זאָגט אַז במשך די לעצטע שטיק צייט זעט מען שוין אַ העכערונג פון דראָאונגען.
לויט נייעס באַריכטן האָט די היימלאַנד זיכערהייט דעפּאַרטמענט אין די לעצטע טעג אויך פאַראָרדענט אירע אַגענטן צו אַנאַליזירן דעם זיכערהייט צושטאַנד פון אידישע צענטערן, אין אָנבליק פון די געהעכערטע געפאַר אַז זיי זאָלן חלילה ווערן אַ ציל פאַר אַנטיסעמיטן און טעראָריסטן.
דאָס שטרייכט ווידער אַמאָל אונטער די וויכטיקייט אויפצוקלערן די אומות העולם אַז אידישקייט און תורה האָט נישט קיין שייכות מיט די מדינה הטמאה און ציונות, און אידן שטיצן נישט די אַקציעס וואָס איזראַעל פירט דורך.
במשך די יאָרן זינט נטרונא אַרבעט אויפצוקלערן די אַלגעמיינע מאַסן איבער דעם הבדל פון אידן און ציונים, און די התנגדות פון ערליכע אידן קעגן די מדינה, האָט מען שוין ב"ה באַוויזן אויפצוקלערן פילע און צו רעדוצירן זייער האַס וואָס זיי פלעגן זיך אַרומטראָגן קעגן אַלע אידן. אין בריוון צו נטרונא פון נישט-אידן, אַריינגערעכנט מוסלעמענער, ברענגן פילע צום אויסדרוק אַז די אינפאָרמאַציע האָט געברענגט אַן ענדע צו די שנאה וואָס זיי פלעגן האָבן קעגן אַלע אידן, איבערהויפּט פרומע פון וועלכע מ'הערט אָפט טומלען אין די פּרעסע קעגן שלום און פאַר אַ שטייפע ליניע קעגן די אַראַבער.
נטרונא קומט אַלץ אַרויס מיט סטעיטמענטס און זוכט פרישע מיטלען צו גרייכן וואָס מער פון די אומות העולם און זיי אויפקלערן דעם ריכטיגן שטעלונג פונעם תורה'דיגן אידענטום. איבערהויפּט ווערן אונטערגענומען אַקטיוויטעטן און אויפקלערונגען אין אַזעלכע צייטן ווען דער איזראַעלישער פּאַלעסטינער קאָנפליקט ווערט אָנגעצויגענער און פיגורירט אויף די נייעס, אַזוי ווי איצט. אָבער די עסקנים זאָגן אַז די פעולות וואָלטן געקענט פיל-פאַכיג אויסגעברייטערט ווערן, ווען מ'האָט ווען די נויטיגע פינאַנציעלע שטיצע.
דער אייבירשטער זאָל העלפן אַז בזכות די אידן וועלכע האַלטן זיך ביי די אמונה הצרופה, זאָלן אַלע אידן איבער די וועלט ניצול ווערן מכל צרה וצוקה ומכל עקתין בישין, און ס'זאָל חלילה קיינעם נישט פאַראורזאַכט ווערן קיין היזקים פון די מעשים פון די מופקרים, ביז מיר וועלן זוכה זיין צום להעביר גילולים מן הארץ, בהתגלות כבוד שמים עלינו בב"א.
מקורות
[רעדאַקטירן]נטרונא יהודים הנאמנים לתורה נגד ציונות