נטרונא גליון ה ניסן תשס"ח א
נטרונא גליון ה ניסן תשס"ח א - - נטרונא גליון ה ניסן תשס"ח ב - - נטרונא גליון ה ניסן תשס"ח ג - - צוריק צו נטרונא בלעטל
וויליאמסבורג. – גאר א נאבעלער מסיבת
"באנקעט" איז פארגעקומען פארגאנגענעם
דאנערשטאג פ' תשא שושן פורים קטן העעל"ט,
אין הויז פון הרה"ח ר' ישכר בעריש בראנער
הי"ו, אין "סאוט-סייד" געגענט, וואס איז
געווען באשטימט צו אפעלירן צו די ארטיגע
תושבים, אז זיי זאלן אקעגנקומען די פעולות
פון "נטרונא".
דורכאויס די מסיבה האט זיך אנגעזעהן
א שיינע באטייליגונג פון די "סאוט-סייד"
איינוואוינער, וועלכע האבן זיך אנגערופן
מיט באדייטנדע סכומים. אזוי אויך איז די
מסיבה געקומען באגלייט מיט גאר א רייכן
פראגראם, וואס האט געהאלטן געשפאנט אלע
פארזאמלטע.
במשך א צייט פון עטליכע וואכן האט די הנהלה פון "נטרונא" זיך געגרייט צום פראכטפולן באנקעט, וואס איז פארגעקומען ווי דערמאנט, פארגאנגענעם דאנערשטאג פ' תשא-שושן פורים קטן העעל"ט, אין הויז פון הרה"ח ר' ישכר בעריש בראנער הי"ו, און ווי עס שטעלט זיך ארויס האט די מסיבה זוכה געווען צו א שיינענדע הצלחה.
די מסיבה איז געווען אדרעסירט צו די תלמידי וחסידי מרן רביה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע, איינוואוינער פון צפון זייט וויליאמסבורג, דער בארימטער "סאוט-סייד" געגענט, וועלכע ציילן זיך צו א באדייטנדער מספר תושבים כ"י. אזוי ארום אז עס האט זיך געשפירט א וויכטיגקייט צו ווידמען א מסיבה דירעקט פאר די דאזיגע אידן, וועמענס וואוינארט איז אביסל ווייט אפגערוקט פונעם צענטער פון וויליאמסבורג.
באזונדער האט די מסיבה געצילט צו אפעלירן צום ציבור, אקעגנצוקומען דעם "דמי חבר" מעמבערשיפ קאמפיין, וועלכע איז צום ערשטן מאל פראקלאמירט געווארן ביים גרויסארטיגן כינוס כללי פון "נטרונא", פארגאנגענעם ערב חנוכה העעל"ט. דער "דמי חבר" קאמפיין פאדערט אויף שלומי אמוני ישראל, זיך אנצושליסן אלס "חבר אני לכל אשר יראוך", מיט א יערליכן אפצאל אלס מעמבער אין "נטרונא". ווי פארשטענדליך באדייט דאס א געוואלדיגער זכות, צו האבן א חלק אין די פעולות פון פארשפרייטן דעם ריינעם דעת תורה בעניני אמונות ודיעות.
אין הכנה צו דער מסיבה האט די הנהלה צוגעגרייט גאר א רייכן פראגראם, פאסיגע דרשות און אויפטריטן, וואס זאלן ארויסהייבן די אויפטוען פון "נטרונא". אזוי אויך איז צוגעגרייט געווארן א פולקאמער "באנקעט", א געשמאקע פארבייסן פון ווארימע מאכלים, גרייט פארן ציבור משתתפים.
צום באשטימטן דאטום, פארגאנגענעם דאנערשטאג פ' תשא-שושן פורים קטן, אין די אווענט שטונדן, האט דער ציבור פון "סאוט- סייד" געגעגנט אנגעהויבן שטראמען, אין ריכטונג פון ר' בעריש בראנער'ס הויז, אויף סאוט אכט סטריט. עס האט זיך אנגעזעהן א שיינער עולם סאטמארער תלמידים וחסידים פון די סביבה, וועלכע זענען געקומען אנטייל נעמען ביי די וויכטיגע מסיבה, כדי מחזק צו זיין די פעולות פון "נטרונא".
נאכן טועם זיין פונעם גרייטן, האט זיך אנגעהויבן דער רייכער פראגראם, ווען הרה"ח ר' אלי' הערשקאוויטש הי"ו, א מגי"ש אין סאטמארער ביהמ"ד אויף סאוט אכט סטריט, האט אויפגעטרעטן אלס יו"ר, און אריינגעפירט דעם פראגראם.
זייענדיג א פה מפיק מרגליות, האט ר' אלי' אראפגעלייגט גאר א רייכע דרשה, וואס האט געהאלטן געשפאנט אלע משתתפים. ר' אלי' האט אין זיינע ווערטער ארויסגעברענגט דעם געוואלדיגן הכרת הטוב, וואס מיר סאטמארער תלמידים וחסידים דארפן שפירן, כלפי מרן רביה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע, וועלכער האט אויפגעשטעלט אידישקייט דא אין אמעריקע.
ווי באקאנט, איז אמעריקע געווען א טרפה'נע מדינה, וואו הונדערטער טויזנטער אידן זענען נעבעך פארפאלן געווארן, און אראפגעגליטשט פון אידישן וועג. אין דער אלטער היים האט מען געוואוסט, אז ווען א זון אדער א טאכטער איז געפארן זיך באזעצן קיין אמעריקע, האט זיך דער טאטע געזעצט שבעה, וויסנדיג אז אין אמעריקע קען מען קיין איד נישט זיין רח"ל.
ווען דער רבי זי"ע איז געקומען קיין אמעריקע, און האט געוואלט אנהויבן בויען א תלמוד תורה, כשרות, אד"ג, האבן אמעריקאנער אידן אים געזאגט: רבי, איר האט גוטע כשרונות, לייגט אייך אריין דעם קאפ אין ביזנעס, וועט איר מאכן גוט געלט! לאזט אייך אפ מיט די אלע איבריגע זאכן…
אבער דער רבי זי"ע האט זיך נישט געקימערט מיט זייערע ווערטער, נאר זיך אוועקגעשטעלט מיט מסירות נפש, אויפצושטעלן פונדאסניי אידישקייט מיט אלע פארבן, אט אזוי ווי עס איז געווען אין דער אלטער היים.
עס האט מיר פארציילט א איד – אז ווען דער רבי זי"ע איז געקומען קיין אמעריקע איז ער נאך געווען א בחור, ער איז אהער געקומען מיט א שטיק צייט פריער, צוזאמען מיט זיין טאטן ז"ל – וועלכער האט נאך אויך דא געוואוינט, האט ער געזאגט: "איך האב געזעהן מיט מיינע אייגענע אויגן, ווי דער רבי האט געבויעט א שטיין אויף א שטיין, א שטיין אויף א שטיין! דער רבי האט אויפגעשטעלט די מוסדות, און אזוי אויך דעם ציבור וואס איז דא, אלעס האט ער אהערגעשטעלט…"
און אפילו די אנדערע קהילות, וואס האבן נישט קיין שייכות מיט סאטמאר, האבן אויך צו פארדאנקען זייער הצלחה פארן רבי'ן זי"ע, ווייל דער רבי איז געווען דער וואס האט זיי געוויזן דעם וועג, אז מען קען יא זיין א איד, אפילו מען לעבט אין אמעריקע, און אפילו עס זענען דא די אלע נסיונות, קען מען נאך אלס אויפבויען אידישקייט, און קען מען נאך אלס אויפשטעלן מוסדות התורה, אא"וו.
"נאר א דאנק דעם רבי'ן זעען מיר אויס וויאזוי מיר זעען אויס!" – האט ר' אלי' אויסגערופן מיט פאטאס. דאס גאנצע אידישקייט וואס מיר האבן היינט, די מוסדות התורה, תלמוד תורה'ס און ישיבות, מוסדות צדקה וחסד, שחיטה, כשרות, מקואות, און דאס גאנצע אידישע חסידישע לעבן, איז צו פארדאנקען דעם רבי'ן זי"ע.
ער האט אנגעוויזן אויפן פאקט, אז מיר זעען היינט פילע משפחות, וואס דער זיידע איז צוריקגעקומען נאך די קריג מיט זיינס א ברודער, און דער זיידע האט זוכה געווען אויפצושטעלן ערליכע חסידישע דורות, דאקעגן זיין ברודער נישט. יענער איז פארבליבן א מאדערנער איד, און זיינע קינדער זענען זייער ווייט פון חסידישקייט.
וואס איז דער חילוק צווישן די צוויי ברידער? פארוואס איז איינער חסידיש און דער אנדערער נישט? – דער ענטפער איז פשוט, דער זיידע האט זיך געהאלטן נאנט צום רבי'ן זי"ע, ממילא האט ער זוכה געווען צו א דור פון יראים ושלימים, דאקעגן זיין ברודער נישט, ממילא זענען זיינע דורות פארבליבן דערווייטערט.
וואס פאדערט דאס אלעס פון אונז? – אז מיר זאלן זיך קלאמערן צו די דרכים וואס דער רבי האט אונז געלערנט, ווייל נאר אזוי וועלן מיר זיך קענען דערהאלטן אינעם שווערן גלות, און נאר אזוי וועלן מיר קענען פארזעצן דעם גאלדענעם קייט פון ערליכע אידישע דורות.
ר' אלי' האט אנגעוויזן מיט ביטערניש, אז עס האט זיך היינט געשאפן אן ערשיינונג אז סאטמארער יונגעלייט פארן אויף וואקאציע קיין ארץ ישראל, אדער אפילו גלאט אזוי פאר טוריזם, הויבט מען זיך אויף און אן קיין ציפ אין הארצן פארט מען קיין ארץ ישראל.
איך וואלט געוואלט פרעגן אזא יונגערמאן: "זאג מיר דו ביזט א סאטמארער חסיד? יא! איז פארוואס פארסטו קיין ארץ ישראל? דו ווייסט דאך אז דער רבי זי"ע האט פון דעם נישט געהאלטן?"
דאן האט ר' אלי' אנגעוויזן אויפן ברען וואס אונזערע עלטערן און זיידעס לאורך ימים ושנים, שפירן כלפי א תורה פון רבי'ן, כלפי דעם רבי'נס א ווארט, און כלפי יעדע זאך וואס האט א שייכות מיטן רבי'ן זי"ע.
"מיין טאטע ז"ל הכ"מ האט יעדן שבת געלערנט ויואל משה! און איך בין זיכער אז יעדער איינער וואס זיצט דא, ווייסט אויך פונעם מורא'דיגער געפיל וואס אונזערע עלטערן, א דור פאר אונז, וואס האבן נאך געלעבט מיטן רבי'ן, האבן געהאט פארן רבי'ן זי"ע! און אט דאס איז אונז מחייב!" – האט ר' אלי' געזאגט מיט פייער.
דאן האט ר' אלי' געווענדעט זיינע רייד, לגבי דעם הייליגן מוסד "נטרונא", וואס דער באנקעט איז דערפאר באשטימט. ר' אלי' האט ארויסגעברענגט אז דעם רבי'נס רצון איז געווען, מען זאל מפרסם זיין פאר דער וועלט, אז די ציונים און זייערע פירער רעדן נישט אין נאמען פון כלל ישראל.
ער האט אנגעוויזן אויף דעם פאקט, אז ביי די דעמאנסטראציע'ס זענען צוגעקומען גוים אנפרעגן איבער דעם ציל פון די דעמנסטראציע, "ווער זענט איר? וועמען פארטרעט איר? האט איר א וועב זייטל, וואו מען קען זיך דערוויסן מער אינפארמאציע איבער אייער שטעלונג?"
"א טעלעפאן נומער ווי צו באקומען ענטפערס אויף פראגעס?" עס האט ביי זיי ארויסגעברענגט א צינישן שמייכל ווען דער ענטפער איז געווען בלא.., די ערלים קוקן דאס אן ווי פון די לבנה אראפגעפאלן, וואס איז דאס בכלל אן ארגאניזאציע וואס האט ניטאמאל די מינימאלע צוגעהערן, דאס האט געלאזט א שטארק נעגאטיוון רושם, דערפאר איז דעמאלס לפי בקשת גדולי הדור שליט"א, זיך פארמירט א גרופע פון חשובע עסקנים און אנגעהויבן צילן צו שאפן א פלאטפארמע, א אפאראט וואס זאל זיך אפגעבן מיט די ענינים.
"און אט דאס איז געווען דאס ערשטע קערנדל פון די היינטיגע בארימטע ארגאניזאציע "נטרונא".
דורכאויס די צייט האבן אויף די שפאלטן פונעם וועב זייטל אנגעהויבן אריינקומען אינטרעסאנטע שאלות און קשיות, פון נייגעריגע אבער פארשטענדליכע אנפרעגער, וועלכע האבן געוואלט גרונטליכער פארשטיין דעם איסור פון ציונות. האבן די עסקנים זיך ארומגעזעהן אז עס פאדערט זיך וויכטיג אויפצונעמען א פאסיגן פערזאן, וואס זאל זיך באפאסן מיט די קשיות, און זיי גוט אפענטפערן. און "נטרונא" האט טאקע אויפגענומען א פאסיגן תלמיד חכם, וואס הערט אויס די שאלות און ענטפערט זיי אפ.
מיט די צייט זענען געוואקסן די צאל אריינרופער אינעם וועב זייטל, בפרט אין די לעצטע צייטן ווען די גאנצע ציוניסטישע אידעאלאגיע האט געכאפט א שטארקן קלאפ, און פילע האבן זיך אנגעהויבן אויפצואוועקן פונעם טיפן שלאף – זעענדיג אז אידן קענען זיך נישט ערווערבן אן אייגן רואיג לאנד מיטן פויסט, מיטן כחי ועוצם ידי, נאר דורך ביאת משיח צדקנו – האבן גייסטיג דורשטיגע אידן אנגעהויבן צו פארשן, כדי זיך צו דערוויסן וואס איז געווען דער מיינונג פונעם סאטמארער רבי'ן זי"ע? פארוואס האט ער געפירט אזא פשרה'לאזן קאמף קעגן ציונות?
אט אזוי האט זיך געהויבן דער צאל באזוכער אינעם וועב זייטל, צו הונדערטער טויזנטער מענטשן, וואס ווילן דערגרייכן צו די אינפארמאציע דורך "נטרונא", און די אלע אנפרעגער ווערן כסדר אפגעענטפערט יעדער מיט זיינע קשיות, און ב"ה כסדר באקומט מען בריוו פון אידן "הודה ולא בוש" כ'האב געלעבט אין א טעות ביז יעצט, און א דאנק אייך איז מיין מהלך המחשבה געטוישט, וזה חלקינו מכל עמלינו.
ר' אלי' האט אויך אנגעוויזן אויף די "פרשה פערלס" וואס ערשיינט יעדע וואך דורך "נטרונא", וואס אנטהאלט חידושי תורה אויף די וואכעדיגע סדרה, געשריבן אויף די ענגלישע שפראך, וועלכע בארירן דעם נושא פון גלות וגאולה. דער וועכנטליכער בלעטל ווערט ארויסגעשיקט אויף דער וועלט דורך "אי- מעיל", אויף טויזנטער "אי-מעיל" אדרעסן, און עקזעמפלארן דערפון ווערן אויך פארשפרייט אויף די טישן פון שוהלן אין ניו יארק.
דאן האט ר' אלי' דערמאנט, אז אין יאר תשי"ז האט "דער איד" – וואס איז שוין דאן געווען אונטערן רבי'נס איינפלוס – געהאט א באזונדערער אפטיילונג אויף ענגליש, געווידמעט פאר די אמעריקאנער אידן, וואס קענען נישט קיין אידיש, אז זיי זאלן אויך וויסן די הארבקייט פון נעמען א גאולה פאר די צייט.
דערנאך האט ר' אלי' דערמאנט דעם ספר "אפס בלתך גואלינו", אויף עניני גלות וגאולה, וואס איז ערשינען דורך "נטרונא", און איז געווארן צושפרייט אויף דער גאנצער וועלט, וואס האט געעפנט די אויגן פאר אסאך אומוויסנדע, איבער דעם אמת'ן דעת תורה, אז מען טאר נישט טון קיין שום פעולה פון דחיקת הקץ.
דער ספר איז שטארק צוכאפט געווארן, אזוי אז עס איז נישטא מער צו באקומען, און די עסקנים פון ארץ ישראל בעטן זיך, אז מען זאל עס וואס שנעלער איבערדרוקן, כדי צו באפרידיגן דעם דורשט פון די צמאים לדבר ד'.
דאן האט ר' אלי' באטאנט, אז עס זענען דא אסאך אידן וואס ווילן וויסן דעם אמת, זיי ווילן זיך ווארימען ביי די שטראלן פון די ריינע אמונה, אבער נישט יעדער קען זיי עס דערלאנגען. "נטרונא" האט די כוחות און פארשטאנד וויאזוי זיי מסביר צו זיין. נאר וואס זיי דארפן פון אונז איז, אז מיר זאלן אויסשטרעקן א האנט פון שטיצע, און זיי ערמעגליכן ממשיך זיין די הייליגע ארבייט.
ר' אלי' האט דערמאנט, אז מיר שטייען איצט אין די וואך פון פ' תשא, די פרשה פון מחצית השקל, וואס די ספרים הק' ברענגען דעם טעם פארוואס דארף מען געבן א מחצית השקל, און נישט קיין גאנצער שקל, צו ווייזן אז טאמער א איד קען נישט טון דאס גאנצע, זאל ער כאטש טון האלב, דאס איבעריגע וועט מען שוין פון הימל משלים זיין.
דערמיט האט ער אנגעוויזן, אז דאס זיך האלטן צום דרך פון רבי'ן זי"ע, איז פאר די אידן אין ארץ ישראל גאר א שווערער נסיון, זיי דארפן זיין גרייט מיט מסירות נפש, נישט נהנה זיין פון שטיצע פאר מוסדות התורה, און מלחמה האלטן קעגן די גזירות הדת אא"וו, וואס באדייט א כסדר'דיגער קאמף קעגן אומגעהויערע נסיונות.
מיר אידן אין אמעריקע, האבן ב"ה נישט די אלע נסיונות, איז מיט וואס קענען מיר אבער פארט ארויסווייזן, אז מיר שטייען צו צום רבי'נס דרך? – מיטן טון דאס וואס מיר קענען יא, מיטן שטיצן דאס פארשפרייטן דעם ריינעם דעת תורה, און מיט העלפן אז די פעולות פון "נטרונא" זאלן ווייטער קענען אנגיין, אט דאס איז אונזער טייל פונעם מחצית השקל.
ר' אלי' האט דערמאנט אז די הנהלה פון "נטרונא" פלאנירט איצט צו איבערדרוקן דעם ספר "אפס בלתך גואלינו" אין ארץ ישראל, און אויך איבערזעצן דעם ספר אויף ענגליש, די מבינים זאגן אז דאס וועט זיין א געוואלדיגע דורכבראך אינעם היינטיגע מצב, וואס אלע ענגליש רעדנדיגע אידן ווערן געשפייזט פון ענגלישע לייען מאטריאל וואס עס איז פון פיל מיט דברי הסתה והדחה, פארשטייט זיך אז דאס איז גאר קאסטבארע אונטערנעמונג, בעט מען די נדיבים בעם, זאלן זיך אנרופן ווארים, און ארויסהעלפן מיט א ברייט האנט.
מיטן פארענדיגן זיינע ווערטער האט ר' אלי' מכבד געווען הרה"ג רבי חיים קלמן גוטמאן שליט"א, מו"צ קהל יטב לב דסאטמאר סאוט אכט, אז ער זאל אויפטרעטן מיט זיין דרשה.
ר' אלי' האט אנגעוויזן אז דער דיין שליט"א איז כסדר מעורר דעם סאטמארן ציבור אין ביהמ"ד, אז מיר זאלן זיך האלטן צום דרך פון רבי'ן זי"ע, מיט די ריינע אמונה אין ביאת המשיח, דעריבער איז פאסיג ביז גאר, אז דער דיין שליט"א זאל אויפטרעטן ביי אזא מסיבה, וואס איז געווידמעט לטובת דאס פארשפרייטן די ריינע אמונה.
אין זיינע ווערטער האט דער דיין שליט"א שטארק ארומגערעדט איבער דעם ענין פון רעדן פון אמונה, אזוי ווי עס שטייט אבדה האמונה ונכרתה מפיהם, טייטשן די ספרים הק' פארוואס איז געווען אבדה האמונה, ווייל עס איז געווען ונכרתה מפיהם, מען האט נישט גערעדט דערפון.
פון אמונה דארף מען אסאך רעדן, און דאס זעלבע אויך פון רבי'נס דעת תורה, וואס איז נוגע די אמונה אין ביאת המשיח, דארף מען אויך כסדר רעדן, און זיך קאכן דערין.
בתוך הדברים האט דער דיין שליט"א דערמאנט, אז עס זענען דא צענדליגער טויזנטער אידן, מאמינים בד' ובתורתו הק', וואס האבן נישט געהאט די זכי' זיך צו געפינען בסביבתו פון רבי'ן זי"ע, און זענען נישט יורד לעומק הדברים פונעם ספר הק' ויואל משה, אבער פונדעסטוועגן זענען זיי גרייט צו הערן דעם דבר ד', בפרט היינט בימינו אלה, ווען די ציונים זענען נישט אזוי מצליח.
אזא צייט ליגט א חיוב פון ערבות, אריינצוברענגען די ריינע אמונה אין די אידן, און פארשפרייטן צווישן זיי דעם דעת תורה פון אלע פריערדיגע צדיקים, אז מען טאר נישט עובר זיין אויף די שלש שבועות, און מען טאר נישט נעמען א גאולה פאר די צייט.
און גלייכצייטיג, מיטן פארשפרייטן דעם ריינעם דעת תורה, טוט מען אויך אפקילן דעם גרויסן התגרות באומות, וואס הערשט אין די גאנצע וועלט, מסוף העולם ועד סופו – ווייל דורך דעם וואס ערליכע אידן רופן אויס אז זיי האבן מיט דעם נישט קיין שייכות, זעען די אומות העולם אז די ציונים פארטרעטן נישט כלל ישראל, און זייער פירונג איז נישט אין איינקלאנג מיט די תורה'דיגע שטעלונג, נאר די ציונים טוען עס אויפן אייגענעם האנט, אלס עוברי עבירה וואס היטן נישט די תורה.
דער דיין שליט"א האט ווייטער ארומגערעדט שטארקע דברי חיזוק בנוגע די מלחמה קעגן ציונות, וואס האט ערמוטיגט דעם גאנצן פארזאמלטן ציבור (זעה פולע טעקסט פון דער דרשה אויף אן אנדערן ארט אין היינטיגן נומער).
דאן האט ר' אלי' אויפגערופן א חשוב'ן גאסט, הרה"ח ר' הילל האנדלער הי"ו פון בארא פארק. ר' אלי' האט אים פארגעשטעלט פארן ציבור, אז ר' הילל איז דער וועלכער האט זוכה געווען מיט יארן צוריק אויפצוטרעטן ביי שטורמישע פראטעסטן קעגן די ציונים, מיט טרעפליכע רעדעס אויף די ענגלישע שפראך, און דערמיט אויפקלערן פאר דער וועלט די תורה טרייע שטעלונג.
דערפאר איז פאסיג ביז גאר אים דא מכבד צו זיין מיט א דרשה, ער זאל ארומרעדן איבער די וויכטיגקייט פון די ארגאניזאציע "נטרונא" – וועלכע איז ממשיך כהיום הזה מיט די זעלבע מיסיע, אויפצוקלערן דעם אמת פאר דער וועלט.
דאן האט ר' הילל אראפגעשטעלט גאר אן אינטרעסאנטע דרשה, וואס האט בארייכערט דעם ציבור מיט פילע ידיעות ארום דעם נסיון פון ציונות. ר' הילל האט ערקלערט פארן ציבור ווי ווייט עס גייט די ציוניסטישע פראפאגאנדע, וואס פארשפרייט זיך איבעראל, און קריכט אריין אפילו אין היימישן לאגער – אזוי אז מענטשן טראגן זיך ארום מיט מיינונגען בנוגע שלו' אין מיטל מזרח, וואס זייער מקור שטאמט פון ציוניסטישע דיעה זאגער, און זענען אויסדרוקליך ריין ציונות.
ער האט אנגעוויזן אז די חכמה פון "פובליק רילעישאנס" איז, אז אויב דו ווילסט פארקויפן א חפץ, זאלסטו נישט זאגן פארן קאסטומער ווי גוט און פראקטיש עס איז, ווייל אפשר האט ער שוין דעם זעלבן חפץ, און ער דארף נישט נאך איינס – נאר זאלסט פרובירן ערוועקן זיין חשק, דורך אים איינרעדן אז עס איז שיין און אינטרעסאנט, וכדומה, אזוי ווייט אז אפילו ער האט שוין איינס זאל עס אים אזוי גלוסטן, אז ער זאל וועלן קויפן נאך איינס.
דאס זעלבע טוען די ציונים מיט ציונות, זיי קומען נישט פארקויפן ציונות דירעקט, נאר אויף אומדירעקטע אופנים. מיט אזעלכע חכמה'לעך און טריק'ס, קאנטראלירן זיי די דיעות און נייגונגען פון מענטשן, מיטן ציל אז יעדער זאל זינגען דעם זעלבן ניגון, וואס די ציוניסטישע אידעאלאגן שטעלן פאר.
די ציוניסטן פרובירן באאיינפלוסן די מאסן, אז אידן זענען היינט אויסגעשטעלט צו א סכנה מצד די כעזבאלא, פאלעסטינע, איסלאמיק דזשיהאד אא"וו, וואס דאס אלעס דרייט זיך ארום ציונות. – דאקעגן מיר ווייסן גאנץ אנדערש, מיר געדענקען וואס דער רבי זי"ע האט אונז געלערנט, אז די מדינה איז אונזער גרעסטער אומגליק רח"ל.
און מען זעהט עס היינט בחוש. ווי עס שיינט דער פאקט, אז אלעמאל ווען די ציונים מאכן אן עפעס א בייז שטיקל פאר די פאלעסטינער, עפעס א מיליטערישע אקציע אין עזה, ווערן די אראבער איבער דער וועלט צעווילדעוועט, און שעדיגן אידן אין זייער שכינות. אין פראנקרייך האט מען געשלאגן און גע'הרג'ט אידן, אין אנטווערפן האט מען נישט לאנג צוריק גע'הרג'ט א היימישן איד, אין ענגלאנד איז עס אויך ליידער מעשים בכל יום.
אפילו דא אין ניו יארק, האבן אראבישע טעראריסטן אויך פלאנירט צו מאכן אן אקציע אויף בתי מדרשים אין בארא פארק, נאר מען האט עס בחסדי השי"ת געכאפט אין צייט. – אזוי ארום אז מיר אלע געפינען זיך אין א גרויסע סכנה, נישט צוליב די אראבער, נאר צוליב די ציונים וואס רייצן זיך מיט די אראבער.
דער נביא זאגט (ישעי' י) הוי אשור שבט אפי, אשור איז מיין שטעקן – האט ר' הילל פארגעזעצט – ווען א שטעקן שלאגט א הונט, גייט דער הונט און בייסט דעם שטעקן… דאס זעלבע די אראבער פירן דורך א טעראר אקציע, ווערט מען ברוגז אויף די אראבער, אויפן שטעקן פון השי"ת – וואס ביסטו ברוגז אויפן שטעקן? דער שטעקן האט דאך א בעל הבית…
מקורות
[רעדאַקטירן]נטרונא יהודים הנאמנים לתורה נגד ציונות