לדלג לתוכן

ילקוט יהודה בא 4

פֿון װיקיביבליאָטעק

1 - 2 - 3 - 4 - 5 - 6 -7 - 8 - 9 - 10 - 11 - 12 - 13 - 14 - 15 - מפתח הפרשיות


ווארט מצת, פול מיט אלע דריי אותיות, מאכט עם ממות צדקה תציל, אדער צדקה תציל ממות, אדער תציל צדקה ממות. ודו"ק היטב.

זיבן איז הייליק

זיבן איז הייליק, אלעס וואס זיבן איז קודש, אלע זאכן וואס איז קערפער האט זעקס זייטן, למשל, מזרח, מעריב, צפון, דרום מעלה מטה, די זיבעטע זייט איז רוחניות.
מנורה האט זיבן רערן, זעקס רערן מוזן זיך בוקן צו דער מיטלסטער, וואס איז זיבן. זעקס טעג א וואך, דער זיבעטער איז שבת קודש. דאס ווייזט אויך די מנורה, די ערשטע דריי רערן, מוזן זיך בוקן צו דעם טאג שבת, דעם אוועקגעגאנגענעם שבת. די אנדערע דריי רערן, מיטוואך, דאנערשטאק, פרייטאג – די מוזן זיך בוקן צו דעם קומענדיקן שבת.
זיבן וואכן ספירה, איז שבועות מתן תורה. פון ניסן דער זיבעטער חודש איז תשרי – (וואס אין תשרי געפינט זיך) אלע אונזערע הייליקע טעג, ראש השנה, יום כפור, סוכות, שמיני עצרת. זיבן יאר פון ארבעטן פעלדער - שמיטה. זיבן שמיטות - יובל.
און נאך מער וואונדערלעך איז, אז די מאכלי שבת האט דעם צאל זיבן, – בשר, יין, דג, די ערשטע אותיות פון די דריי ווערטער, פון בשר יין דג, אין מספר קטן איז זיבן – פון בשר, ב' איז צוויי, פון יין י' איז איינס, פון דג ד' איז פיר, צוזאמען זיבן.
די צווייטע אותיות פון בשר יין דג, ש' איז דריי, י' איז איינס, ג' איז דריי, צוזאמען זיבן. די דריטע אותיות פון בשר יין (דג איז שוין נישטא ווייל עס איז צוויי) ר' איז צוויי, נ' איז פינף, צוזאמען איז זיבן.

בלאזן אויף מיר וויל איך נישט

שבת איז דער גרעסטער מכנים אורח ווי איך האב שוין איינמאל געשריבן. שבת גיט דעם אורח, נאכ'ן אורח נאך, גרויסע, מיטעלע, קליינע כבודים. חנוכה א קליינעם אורח, גיט זי "על הניסים" אין איר שמונה עשרה, און הלל נאך שמונה עשרה. (ד.ה. שבת נעמט אריין צו איר שמונה עשרה "על הניסים" פון חנוכה, און זי נעמט אויכעט אריין דעם הלל נאך שמונה עשרה. א. א. וו. ביי אלעמען) און ראש חודש גיט זי אויך מען זאל דערמאנען אין יעלה ויבוא, און הלל, און גיט אוועק די גאנצע שמונה עשרה פון מוסף. יום טוב, גיט זי אפ אלע דריי תפילות, אויך אפילו יום כפור גיט זי אפ אפילו אירע דריי סעודות, און דעם גאנצן עונג שבת.
פרעגט זיך ווארום (= פארוואס) האט שבת ניט אפגעגעבן ראש השנה ווען עס פאלט שבת, צו בלאזן שופר (דער טעם איז חז"ל כידוע שמא יעבירנו ד' אמות וכו', אין אמעריקע איז דער שמא, אז עס קען טרעפן אפילו דער בעל תקיעה זאל שבת ראש השנה האבן פולע קעשענעס).
דעם תירוץ זאגט שבת גאנץ איינפאך. איך גיב אפ מיינע אלעס פאר איין אורח, נאר דאך דיר ראש השנה וואס פאלט אויס שבת, וועל איך נישט אפגעבן צו בלאזן שופר, ווייל אלעס קען איך נאך לאזן דאס מייניקע, אבער בלאזן אויף מיר וויל איך נישט פאר קיין פאל. א איד איז מחלל שבת צוליב פרנסה, אבער דאך "ותירץ עמו", ער האט א תירוץ, פקוח נפשות, פון אים מיט א ווייב מיט קינדערלאך, אבער אז ער גייט אין סטריט, און רויכערט און בלאזט אויפ'ן שבת, דער האט שוין קיין תירוץ נישט. מיין טייערער, אז דו בלאזט שוין אויף דעם הייליקן טאג, וואס זאגסטו תירוצים, בלאפער דו, אזעלכע זאכן דארפסטו נישט טאן, און אז דו טוסט אזוי ביזטו שוין גאר, גאר דער ריכטיקער חברה מאן.